שבת קודש פרשת חקת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת חקת בלק=
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות יטב לב בארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מנחם יודא גאטליעב שליט"א - אב"ד ניאמץ.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - לאנדאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויגר מואב מפני העם כי רב הוא און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.
קה אכסוף: הב' אלעזר בן הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
ברכת המזון: הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק העטרת צבי מזידיטשוב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג י"א תמוז.
קה רבון עלם: הרב חיים ענגלענדער שליט"א - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרב יחיאל מעכיל גאלדשטיין שליט"א נכד האדמו"ר מסקאליע שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערשל פליישמאן הי"ו - מאנטריאל.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ברוך פיש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמחה קלאגסברוין הי"ו - אוסטראליע.
שלישי: הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד שליט"א.
רביעי: החתן אברהם יצחק בהרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ.
חמישי: החתן איתמר טובי' ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אברהם משה קליין הי"ו.
ר' ישראל מאיר ברמ"י פריעדמאן הי"ו.
שביעי: החתן שמואל ב"ר אברהם וואלף קויפמאן הי"ו.
אחרון: החתן יעקב נחמי' ב"ר דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים אלער שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרב חיים ענגלענדער שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - לאנדאן.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יואל ברח"י גראס הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל ברמ"י רייזמאן הי"ו - לעיקוואד.
שלישי: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל קליינבערגער הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים אלער שפיטצער הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'לא הביט עון ביעקב ולא ראה עמל בישראל' און ארויסגעברענגט אז די סגולה פון מצוות קריאת שמע איז אז עס שטיפט אוועק די מזיקים וואס ווערן באשאפן פון די עבירות און שלעפן אים צו טוהן נאך עבירות, און מען איז זוכה צו קענען תשובה טוהן און טוהן מצוות,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען נזהר צו זיין צו ליינען קרי"ש בזמנה און דורך דעם ניצל צו ווערן פון די מזיקים ברוחניות און מזיקים בגשמיות, און בפרט אין די יעצטיגע טעג וואס מען שטייט יעצט און מען גייט אריין אין די ימי בין המצרים וואס עס שטייט אין די גמרא 'לא חרבה ירושלים אלא בשביל שביטל בה מצוות קרי"ש, און דורכן נזהר זיין צו ליינען קרי"ש בזמנה וועט מען זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אברהם יצחק בהרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' ברוך יודא קליין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן די וואך קיין ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
~
ארום 12:15 זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד אינאיינעם מיט א קבוצה אנשי שלומינו פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים, און מען איז אריבער אפנעמען ברכת הקודש.
אויך זענען אריין א קבוצה בחורים פון שיכון סקווירא וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און געוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 12:45 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד תפילה למשה ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל אירוסי בת הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו - נדבן ופטרון הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' מאיר ברא"י גאלדבערגער שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, און פארן זיידן הרה"ח ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו און פארן רב הביהמ"ד הר"ר שלום ראטענבערג שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די טירן און דערנאך ארומגעגאנגען אויף אלע שטאקן פונעם ביהמ"ד און אין די פראכטפולע מקוה.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו החדש בשכונת דאלעס - בלומינגראוו ק"י ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל פתיחת הביהמ"ד,
ביים אנקומען האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד ווי מען גייט בויען בקרוב א מקוה און אלע צוגעהערן,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק, און הרה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל דקהלתינו הק',
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פאר די עסקני הביהמ"ד,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי מראש צורים אראנו' ווי רש"י זאגט 'אני מסתכל בראשיתן' און ארויסגעברענגט אז אלעס ווענדט זיך אין די התחלה און אויב מען שטעלט אראפ די יסוד אז דא גייט זיין א חסידישע ביהמ"ד וועט עס אזוי זיין, און דער רבי האט מעורר געווען צו שטיין על המשמר אז די ביהמ"ד זאל זיין א ביהמ"ד ווי עס קומט ארויס תורה עבודה און גמילות חסדים אויף א שטארק חסידיש'ע אופן און ח"ו נישט נאכלאזן פון גארנישט, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר אלע תושבי השכונה ומתפללי הביהמ"ד און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז דער רבי ארויס זיך אומקוקן אויפן שטח ווי עס וועט אי"ה בקרוב געבויעט ווערן די נייע פראכטפולע ביהמ"ד פארן געגענט,
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 2:10.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א -
מו"ץ צום שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בנו למז"ט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע משפחה, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים.
~🌴~