פרייטאג נשא ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג נשא ב'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברז"ל גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל דוב רייך הי"ו - תאומים.
ב"ר משה וויינבערגער הי"ו.
ב"ר קלמן אליעזר עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל קליין הי"ו.
ב"ר יואל איצקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
דעם ליל שב"ק ביים עריכת שלה"ט וועט פארקומען די שמחת השלום זכר - וואכנאכט פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב משה מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד לימנוב שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
די ברית מילה וועט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול נאך תפילת שחרית, און דערנאך וועט פארקומען א קידושא רבה לרגל די שמחה בפאליש שע"י ביהמ"ד הגדול.
א גוט שבת.
~🌴~