שבת קודש פרשת נשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נשא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אברהם בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל און פאר החתן וואלף ב"ר בערל שטיין הי"ו.
ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אשר מענדל כהנא הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ישיבה גדולה אין בית שאהן עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יעקב פוקס הי"ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב פוקס הי"ו.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם קרויזער הי"ו - בית שמש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'מהיכן זכו ישראל לברכת כהנים מהר המוריה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו ס'איז שייך נדרים ביי א גוי.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יעקב משה שטערן הי"ו - ירושלים.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ט"ז סיון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם וואלף פריעדמאן הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אברהם יושע גוטמאן הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:20.
נאכן טיש איז אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש דער בעל שמחה נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א לרגל די שמחת השלום זכר - וואכנאכט,
דער רבי האט טועם געווען בונדלעך און ביר און ווארעם אנגעוואונטשן.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' איתמר טובי' קויפמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' חיים משה ווייסמאן הי"ו - וומ"ס.
כהן: החתן יואל יצחק ב"ר שמואל שעהנברוין הי"ו.
לוי: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
חמישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יודל ברנ"ש שווארץ הי"ו.
ר' אביעזר מרדכי שווארץ הי"ו.
שביעי: החתן יואל ב"ר משה יצחק ראזענפעלד הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן וואלף ב"ר בערל שטיין הי"ו - באווארפען.
החתן ליפא ב"ר יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו - באווארפען.
החתן חיים ב"ר משה סימאן הי"ו.
אחרון: החתן שאול יחזקאל ב"ר שמעון עוזר ווייס הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יודל ראזענפעלד הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה קאהן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א,
סנדק: רבינו שליט"א,
מוהל: אבי הבן הרב משה מייזליש שליט"א,
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דער רבי האט געזאגט די ברכות, ויקרא שמו בישראל: צבי נאכן זיידן דער ווייצענער רב זצ"ל.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די קידושה רבא לכבוד השמחה בהיכלי הפאליש,
דער רבי האט געמאכט קידוש, און דער בעל שמחה האט אויפגעטרעטן בדברי תורה,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, די זיידעס און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכת כהנים אז כדאי צו קענען זוכה זיין צו ברכת כהנים עס זאל זיין שכינה מדברת מתוך גרונם פון די כהנים איז נאר דורך מצוות מילה.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
די סעודת ברית מילה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב יוסף מייזליש שליט"א, בן הגה"צ אב"ד לימנוב שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פסוקים פון ברכת כהנים און געטייטשט אז דורך מצוות מילה קען מען דינען דעם אייבערשטן אויך בעניני גשמיות און מען ווערט נישט נתגשם.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מיט די הרחמנ'ס: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עזריאל שווארטץ הי"ו - ב"ב.
כהן: הרה"ח ר' שמואל שעהנברוין הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ג ר' יואל וויינבערגער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו וומ"ס.
שלישי: הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים פון ברכת כהנים און געטייטשט אז דורך די כח פון די אבות הקדושים און מתן תורה האבן די אידן זוכן געווען צו א כח פון מסירת נפש קעגן דעם יצר הרע, עד היום הזה אפילו מיט די שיפלות פונעם דור היינטיגע צייטן איז מען זוכה צו א שמירה אויף די זון און טעכטער.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו מאנסי.
קל מסתתר: הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן חיים ב"ר משה סימאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
~🌴~