דאנערשטאג נשא ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נשא ב'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייב ב"ר מענדל פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר משה אביעזר ווייס הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם ישעי' ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמואל שעהנברוין הי"ו און ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' שלמה גבריאל סעבא הי"ו און ר' משה כוואן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב"ד צאנז ק"י ומנהל ישיבתינו הק' סניף קדושת יואל, און הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד אור החיים, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים מבני המשפחה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~