מיטוואך נשא ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נשא ב'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ב פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלום אליעזר גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר הלל אלימלך שפיטצער הי"ו.
ב"ר שמואל ראזענפעלד הי"ו.
ב"ר אהרן זאב גלויבער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארמיטאג איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און געלאדענט און אפגענימען ברכת קדשו לרגל די חתונה פון בתו הכלה וואס קומט פאר דעם קומענדיגן דינסטאג אויפדערנאכט אין שיכון סקווירא, און דער רבי האט ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה הערש ברוין הי"ו און ר' זלמן לייב דאנציגער הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יעקב קאפיל סימאן הי"ו און ר' יואל ברא"י לאנדא הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~