דינסטאג נשא ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נשא ב'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברוך פאללאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אלטר אינדיג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה אליעזר יו''ט עפשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארמיטאג איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, ווי דער רבי האט געלאדענט הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א - מרבני קהלתינו ב"ב מיטצוקומען און אנגעוויזן די פילצאליגע חומרות אינעם בית השחיטה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאך מנחה איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל נחמי' ראלניצקי הי"ו בבית חותנו הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - מו"ץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 1:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף יו"ט שבועות אין בני ברק בשליחות הקודש פון רבינו שליט"א, און איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון בני ברק, ירושלים, און בית שמש, ווי הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א האט אפגעשטאט באזוכן,
אויך האט הגה"צ סיגוט'ער רב שליט"א איבערגעגעבן א פריסת שלום געשיקט דורך מרן פוסק הדור ראב"ד ירושלים שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~