זונטאג - יום ב' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג - יום ב' דחוה"מ פסח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יערמיאש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס, און הרה"ח ר' מנלי שעהר הי"ו,
כהן: הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו,
שלישי: הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א - מ'חמעלניק מאנסי,
הגבה: הר"ר שלמה הערש ראזענפעלד שליט"א - וומ"ס,
גלילה: הרה"ח ר' גבריאל ווייס הי"ו,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאלדבערגער הי"ו - מאנסי,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר מאיר פאנעט שליטא, בן האדמו"ר מדעעש שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.
פארנאכטס איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א וועלכע האט שפעטער אויפדערנאכט אויפגעטרעטן מיט א דרשה אין ביהמ"ד הגדול,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב,
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
א גוטן מועד.
~🌴~