ימים הראשונים של חג הפסח תשפ"ג בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ימים הראשונים של חג הפסח תשפ"ג בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א=
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, און צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט מען געזאגט די סדר הקרבת קרבן פסח.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש ובהתעורורות רב.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45.
דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן סדר האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך, און געזאגט די זוהר פון פקודא בתר דא,
ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר אינעם זאל בביתו נאוה קודש מעוטף מיטן טלית און קיטל, ווי עס האבן מיטגעגעסן במשך ביידע נעכט קרוב צו דריי הונדערט חתנים מתלמידי ישיבתינו הק' פון איבער די גארער וועלט,
דער רבי האט צוגעטרעטן צום סדר מיט א דביקות ושמחה של מצוה, און פארגעזאגט 'קדש' בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע.
במשך דעם סדר האט דער אייניקל הילד בן הרב חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, געזאגט די סימנים אויף אידיש,
דער רבי האט געזאגט תורה און דערנאך זיך אויפגעשטעלט צו קידוש,
הגבהת הכוס: הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פארן ערשטן כוס ברגש אש שלהבת קודש אויפן נוסח ההגדה, און געמאכט קידוש בקול רם, און געמאכט די ברכת שהחיינו, און געטרונקען בהסיבת שמאל. דערנאך האט דער רבי געהייסן די בחורים מאכן קידוש כנהוג בליל הסדר.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, במשך די סדר האט דער רבי משמיע געווען 15 מאל דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף, מקרא קודש זכר ליציאת מצרים, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא לשנה הבאה בני חורין, מוזגין הכוס וכאן הבן שואל, עבדים היינו, מעשה ב"ר אליעזר, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, יכול מראש חודש, והיא שעמדה, והגדת לבנך.
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים מיט א ברען, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט די הגדה ברגש אש קודש במתינות מילה במילה בקול רם, און די בחורים האבן מיטגעזאגט שטילערהייט.
פאר מה נשתנה האט דער רבי דערציילט מנהג אביו רבינו הקוה"ט בעל ברך משה צו צאמקלאפן ביידע הענט ביי מה נשתנה כמנהג בעלזא.
ביי מה נשתנה האט געפרעגט די קשיות די אייניקל הילד ני"ו, און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען,
ביי דם ואש ותמרות עשן און ביי די עשר מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף באפוילן צוזאם צו נעמען די מכות וויין פון יעדעם איינעם און ארויס טראגן פון זאל איידער מען זעצט פאר מיט'ן סדר.
נאך די צווייטע כוס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און אויסגעטוהן די טלית און זיך געוואשן,
דער רבי געזאגט די הננו מוכן און געמאכט די ברכת המוציא און על אכילת מצה מיט גרויס דביקות און געגעסן די כזיתים בהסיבת שמאל.
ביי מרור האט דער רבי איינגעטונקען שאלאטן אין חרוסת אין געזאגט די הננו מוכן און די ברכה על אכילת מרור און געגעסן די כזית מרור, און דערנאך די כזיתים מצה ומרור ביי כורך,
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן בלויז א שטיקל אייער כנהוג, און תיכף געהייסן אריינברענגען די אפיקומן און געזאגט די הננו מוכן מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן פאר חצות, די אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
דער רבי האט געוויזן פארן עולם צו עסן רואיג די גאנצע סעודה, בשעת די בחורים האבן געגעסן די סעודה האט דער רבי מעיין געווען אין הגדה קדושת יואל, הגדה ברך משה, שמחת הרגל פונעם חיד"א, און אין די ראפשיץ'ע הגדה,
דער רבי האט פארציילט די באקאנטע סיפור אז מען האט געזען ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע ווי ער עסט די קרבן פסח, און אז דער צאנזער רב זי"ע האט געזאגט אז די צדיקים עסן די קרבן פסח בקדושת ארץ ישראל,
מען האט אנגעגאסן די כוס צום בענטשן, דער רבי האט זיך געוואשן מים אחרונים און געבענטשט אויפן כוס,
דערנאך האט מען אנגעפילט די כוס של אליהו און מען האט געעפענט די טיר,
דער רבי האט געזאגט תורה און דערנאך געזאגט שפוך חמתך מיט גרויס התעורורות, נאך שפוך חמתך האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס פונעם כוס של אליהו, און מען האט ארויפגעשיקט שיריים פונעם כוס של אליהו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ממשיך געווען באמירת הלל מיט גרויס התעורורות ובבכיות בפרט ביי נשמת ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות,
מען האט געזינגען די פיוטים פון ויהי בחצי הלילה און ואמרתם זבח פסח מיטן ניגון פון אזמר בשבחין, און דערנאך פארגעזעצט מיט אדיר במלוכה במתינות הויך אויפן קול.
נאכן פערטן כוס האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון כי לו נאה, און אדיר הוא, און אחד מי יודע, און חד גדיא,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט און איז ארויף לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א שטארקע נעימות.
מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:45.
~יום א' דפסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפלת שחרית ארום 10:50.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ואמירת הלל מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד נועם אלימלך דקהלתינו הק', און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הב' החתן יצחק ב"ר יוסף מיטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' בערל ברש"ד גאנדל הי"ו.
ר' משה יואל לאנדא הי"ו.
ר' חיים יודא ברא"ז פריעדמאן הי"ו.
ר' אברהם ברמ"י סאמעט הי"ו.
ר' נתן קרפיל מרגליות הי"ו.
ר משה בר"ל טייטלבוים הי"ו.
ר' מאיר פריעד הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' שלמה פארגעס הי"ו.
גלילה: הר"ר שלום וועבערמאן שליט"א.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן די קיטל אינעם זילבערנעם קאפל, דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געבענטשט טל מיט גרויס התעוררות,
מיט פתיחת הארון פאר טל איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' סנדר ברא"י עקשטיין הי"ו - לאנדאן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם צוויבל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט,
מיט די פיוט פון ברח דודי איז נתכבד געווארן הבה"ח משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק והיה כי יאמר עליכם בניכם, און ארומגערעדט בדרך דרוש צו עס איז דא א מודעא,
פארן בענטשן האט דער רבי ארומגערעדט איבערן פיוט פון ברח דודי וואס מען זינגט די ערשטע צוויי טעג יו"ט פסח און שבת חוה"מ וואס דאס האבן געמאכט די ראשונים און רעדט זיך פון די צרות און הריגות וואס די אידן האבן צאמגעליטן פון די קרייצצוגלער, און געזאגט אז אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע פלעגט עס זינגען מיט שטארקע בכיות,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח ליפא ב"ר יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב חיים גוטמאן הי"ו.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א מיט א אפיעל פאר כולל שומרי החומות.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
און דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אהיים לביתו נאוה קודש.
~ליל התקדש החג -די צווייטע סדר נאכט~
פארן סדר האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך,
ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר אינעם זאל בביתו נאוה קודש מעוטף מיטן טלית און קיטל,
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און מסדר געווען די קערה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש,
במשך דעם סדר האט דער אייניקל הילד בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, געזאגט די סימנים אויף אידיש,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט צו קידוש,
הגבהת הכוס: הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א.
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פארן ערשטן כוס ברגש אש שלהבת קודש אויפן נוסח ההגדה, און געמאכט קידוש בקול רם, און געמאכט די ברכת שהחיינו, און געטרינקען בהסיבת שמאל. דערנאך האט דער רבי געהייסן די בחורים מאכן קידוש.
במשך די סדר האט דער רבי משמיע געווען 16 מאל דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף, קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא עבדי לשנה הבאה בני חורין, מוזגין הכוס וכאן הבן שואל, עבדים היינו, ברוך שנתן תורה, רשע מה הוא אומר, והיא שעמדה, לגור בארץ, כל הבן הילוד, ר' יוסי הגלילי אומר, יגיענו למועדים ורגלים אחרים, ביי צפון אויף מה העבודה הזאת, שפוך חמתך,
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ווי דער רבי האט אפגעראכטן די סדר מיט גרויס התעורורות און התלהבות אש און פארגעזאגט די הגדה ברגש אש קודש במתינות מילה במילה בקול רם, און די בחורים האבן מיטגעזאגט שטילערהייט.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות אלע אייניקלעך צוזאמען,
מען האט געגעסן די כזיתים מצה פיפצן מינוט פאר חצות,
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן א שטיקל אייער כנהוג, און דערנאך האט מען אריינגעברענגט די סעודה אזוי ווי יעדן יו"ט, ביי שלחן עורך האט דער רבי מעיין געווען אין עטליכע ספרים,
ארום 2:00 אזייגער האט דער רבי געזאגט די הננו מוכן מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן בהתלהבות אש, די אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, דערנאך האט מען אנגעפילט די כוס של אליהו און מען האט געעפענט די טיר, דער רבי האט געזאגט שפוך חמתך מיט גרויס התעורורות, נאך שפוך חמתך האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס פונעם כוס של אליהו, און מען האט ארויפגעשיקט שיריים פונעם כוס של אליהו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ממשיך געווען באמירת הלל מיט גרויס התעורורות ובבכיות בפרט ביי נשמת ווי דער רבי האט ספעציעל מאריך געווען בבכיות,
מען האט געזינגען די פיוטים פון ויהי בחצי הלילה און ואמרתם זבח פסח מיטן ניגון פון אזמר בשבחין, און דערנאך פארגעזעצט מיט אדיר במלוכה במתינות הויך אויפן קול.
נאכן פערטן כוס האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון כי לו נאה, און אדיר הוא,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט, מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט געציילט ספירה בקול חוצב להבות אש, דערנאך האט ממשיך געווען מיט די פיוטים פון אחד מי יודע, און חד גדיא,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו"ט, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט פון חד גדיא. דערנאך האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט, און איז אהיים לביתו נאוה קודש.
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
~יום ב' דפסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:55.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית,
צו חזרת הש"ץ ויוצר האט דער רבי צוגעשיקט הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעזאגט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און הרב אלחנן חיים ט"ב שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
כהן: הב' החתן משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
לוי: הרה"ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש הי"ו - ב"פ.
שלישי: הרה"ח ר' שלמה ניישטאדט הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
גלילה: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הגבה: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
גלילה: הבה"ח ליפא בהר"ר יואל העניך הורוויץ שליט"א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט און ניגוני פורים,
די פיוט פון ברח דודי האט דער רבי פארגעזינגען בהתעורורות ובקול חונק דמעות,
מיט אשר הניא איז נתכבד געווארן הבה"ח שמעון ב"ר שלום יצחק דאסקאל הי"ו - ב"ב, און מיט שושנת יעקב הבה"ח אברהם יעקב ב"ר דוד מאיר ווייס הי"ו ירושלים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שעוסקות בביעור חמץ, און ארומגערעדט בדברי דרוש ואגדה אינעם סוגיא פון שלא כדרך אכילה,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח יוסף יודא בהר"ר אברהם שלמה כ"ץ שליט"א - מרבני קהלתינו ב"ב.
מען האט געענדיגט ארום 5:00 אזייגער.
~
~ליל שבת קודש - א' דחוה"מ פסח~
פארן דאווענען איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד שבת.
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב פעלדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און געציילט ספירה מיט גרויס התעורורות.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די חתנים מחוץ לעיר,
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אין שיר השירים כמגדל דוד צוארך און עס אויסגעטייטשט בדרך אגדה אז בזכות פון מצוות מילה קען מען פילן א מתיקות אין די תורה און דורכדעם איז עס מינו ידוע במילא האבן אידן געקענט מקבל זיין די תורה.
קה אכסוף: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אהרן הגדול מ'קארלין זי"ע וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י"ט ניסן.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים און די חתנים מעבר לים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
~
~וביום השבת~
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:10.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל קעלנער שליט"א - מאנטשעסטער.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעזאגט מיט גרויס התעורורות.
נאך הלל האט מען געזאגט שיר השירים.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו ודומ"ץ דינוב ק"י.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר מאיר מאיער שליט"א - ב"פ.
כהן: הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מרדכי פעקעטע הי"ו.
ר' אליעזר טויב הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק שטויבער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן ניישטאדט הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף שרייבער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
~
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שבת ויו"ט,
מיט די זמירות איז נתכבד געווארן,
ברוך ה' יום יום: הבה"ח חיים שמעון ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו - וומ"ס.
ברוך קל עליון: הב' עמרם יואל ב"ר יצחק יודא שאלאמאן הי"ו - ב"פ.
מיט די פיוט פון ברח דודי: הבה"ח הערשל ב"ר משה אליעזר זאלדאן הי"ו - מאנטריאל.
שיר היחוד: הבה"ח ישראל חיים ב"ר יואל קליין הי"ו - מאנסי,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח זושא ב"ר יקותיאל אהרן רובין הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 3:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:10.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' וואלף ברי"ש פייערשטיין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הר"ר דוד פערל שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין שיר השירים כמגדל דוד צוארך און ארויסגעברענגט אז בזכות פון מצוות מילה איז מען זוכה אז די זדונות ווערן זכיות וואס דאס איז נישט שייך ביי די מלאכים, במילא איז דא א פסידא פאר הקב"ה אויב הקב"ה גיבט די תורה פאר די מלאכים און נישט פאר כלל ישראל,
און דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח והודאה אז מען האט געהאט די זכי' צו קענען מקיים זיין די מצוות מצה ומרור און די אנדערע מצוות החג, און יעצט דארף מען זיך גרייטן צו די צווייטע טעג יוט פסח מיט א הכנה דרבה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - מו"ץ.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און געציילט ספירה מיט גרויס התעורורות.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד.
מען האט געענדיגט ארום 10:20.
א גוטן מועד.
~🌴~