מאנטאג - יום ג' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג - יום ג' דחוה"מ פסח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00 אזייגער.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו, און הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א,
כהן: בעל ברית ר' אפרים פישל כ"ץ הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו,
שלישי: בעל ברית ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו,
הגבה: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו - וומ"ס,
גלילה: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל הי"ו,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
פארנאכטס זענען געקומען אויף א באזוך די דיינים הרה"ג ר' ישראל מאיר עקשטיין שליט"א, הרה"ג ר' שמואל יודא בריסק שליט"א און הרה"ג ר' יושע העשיל פריעדמאן שליט"א, וועלכע האבן אויפגעטרעטן אין די נאכמיטאג שעות אין ביהמ"ד הגדול ביים 'מעמד משפט צדק',
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך ביי דין תורות און איבער די צייטן ווען רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט געפירט דין תורות, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מעריב,
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
ארום 9:45 איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אב"ד נייטרא מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך אום יו"ט און בפרט אום פסח, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א - דומ"ץ טאשנאד מאנסי ומח"ס אוצר הזמנים על המועדים אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע הלכה שאלות בכמה ענינים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
א גוטן מועד.
~🌴~