זונטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישראל פארקאש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, און דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים פון חבורת 'לגיון של מלך' נגד פגעי טעכנעלאגיע פון סניף קדושת יואל.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פיפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:40.
ארום 6:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שלום אלי' הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום פאר די מקוה טהרה החדש,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות, און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלום אלי' הי"ו און זיין משפחה.
דערנאך האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די סיום מסכת נדרים אין ראם פון 'חבורת יסודי התורה' דורך הרה"ג ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט"א - מגי"ש בחבורת יסודי התורה, הרה"ג ר' יעקב הערש שליט"א האט געמאכט די סיום און געזאגט קדיש, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן מגי"ש און פאר אלע אנוועזנדע.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו און ר' יואל רייך הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו און ר' יצחק פריעדמאן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~