שבת קודש פרשת ויקה"פ - החודש - מבה"ח ניסן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויקה"פ - החודש - מבה"ח ניסן=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שלום ב"ר יואל אברהם ברייער הי"ו.
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת שיר חדש אין תל אביב עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי"ו - ב"ב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי"ו.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שלום ברוין הי"ו - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ששת ימים תעשה מלאכה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שנים שעשאוה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יעקב זלמן האלענדער הי"ו - וומ"ס.
ברכת המזון: הר"ר אהרן יעקב כהנא שליט"א - מאנסי.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן תפארת שלמה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ט אדר.
קה רבון עלם: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:25.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר.
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו וומ"ס, און הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
כהן: הרה"ח ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו.
לוי: החתן יוסף לייב ב"ר שלמה אלי' ווייס הי"ו.
שלישי: החתן שלום ב"ר יואל אברהם ברייער הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן משה יודא ב"ר אביגדור הערשקאוויטש הי"ו.
חמישי: החתן בנציון ב"ר יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו.
שישי: החתן יודא אליעזר ב"ר יצחק בראך הי"ו.
שביעי: החתן דוד גדלי' ב"ר יואל טייכמאן הי"ו.
הוספה: החתן שאול ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל קנאפלער הי"ו - וומ"ס. גלילה: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו - מאנסי.
מפטיר די קריאה פון החודש האט דער רבי עולה געווען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' ישעי' שלום פאלאטשעק הי"ו.
ר' מרדכי ברמ"י פריעדמאן הי"ו - תאומות.
ר' נפתלי יצחק כהנא הי"ו.
ר' משה עזריאל שווארץ הי"ו.
ר' יואל ב"ר העניך פריעד הי"ו.
ר' ישראל יודא ווערצבערגער הי"ו.
ר' מענדל מייזעלס הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אנטשיל גאלדבערגער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל אברהם ברייער הי"ו - נייטרא.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל שבת החודש.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יואל מזרחי הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל ב"ר העניך קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יחזקאל הירש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה נח היילברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:50.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו.
כהן: הר"ר אהרן יעקב כהנא שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם מענדלאוויטש הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה טייכמאן הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק החודש הזה לכם ראש חדשים ראשון הוא לכם לחדשי השנה,
און ארויסגעברענגט אז דורכדעם וואס אידן זענען מקיים די מצוות פון אכילת מצה און ביעור חמץ מיט חומרות והידורים לפנים משורת הדין, און מען איז זיך מטריח בטירחא דגופא ובטירחא דממונא אליינס צו גיין באקן מצות, און מען ווייזט ארויס דערמיט די חביבות המצוות, אין דעם זכות פירט זיך דער אויבערשטער אויך מיט אונז לפנים משורת הדין און איז מקיים מצות השבת אבידה אויף די מצוות וואס די חיצונים כאפן אוועק טראץ וואס הקב"ה איז א זקן ואינו לפי כבודו.
"אונז גיי מיר אריין אין חודש ניסן, א געהויבענע חודש מיט אזויפיל מצוות ומעשים טובים, אידן גרייטן זיך צום יו"ט פסח, דער אויבערשטער זאל העלפן ס'זאל זיין א כשר'ן לוסטיגן יו"ט פסח פאר אלע אידישע קינדער, מען זאל מקיים זיין מצוות ומעשים טובים וואס מען איז מחוייב, און אפילו יתר מהחיוב, כמנהג ישראל תורה, מען איז מקיים מצוות מיט הידורים, מצות קויפט מען נישט, מצות גייט מען באקן בטירחא דגופא ובטירחא דממונא, מ'איז מקיים מצוות אפיית מצה בשמחה רבה מיט א געוואלדיגע שמחה, מען גרייט זיך צי בהכנה דרבה צום יו"ט פסח און צו אלע מצוות וואס מ'איז מקיים באותו לילה, אין דעם זכות וואס מען איז מקיים מצוות מיט חומרות והידורים וועט הקב"ה אויך נישט קוקן צי עס איז א חיוב להלכה און וועט גיין לפנים משורת הדין אויסלייזן אידישע קינדער פון ביטערן גלות, דער אויבערשטער וועט זיך מרחם זיין אויף כלל ישראל, בניסן נגאלו ובניסן עתידין להיגאל.
"השי"ת זאל העלפן אונז זאל מיר זוכה זיין צו די געהויבענע טעג די געהויבענע זמנים, אריין ברענגען הייליגקייט און געהויבנקייט אין אידיש הייזער און אין אידישע הערצער, מ'זאל מבער זיין די חמץ, יעדע זויערקייט יעדע ביטערקייט זאל מען מבער זיין פון אידישע הייזער, מ'זאל מקיים זיין מצוות בשמחה רבה, דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל מיר זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א".
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה טייכמאן הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' מאיר לייב ווייס הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שאול ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:10.
נאך הבדלה איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב משה גאלדבערגער הי"ו לרגל נשואי בנו ווי הרה"ח ר' יעקב משה הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום פאר די מקוה טהרה החדש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס.
~🌴~