מאנטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברש"מ פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.
פארמיטאג האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו ע"פ בנו ע"ה.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:35.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל בוים הי"ו און ר' אהרן דוד רובינשטיין הי"ו,
און פון די מחותנים ר' משה יצחק ראזענפעלד הי"ו און ר' אברהם יצחק זוסמאן הי"ו - טאהש,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~