מיטוואך כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תשא=
~שושן פורים~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר ליפא סאמעט שליט"א.
ב"ר משה פרנס הי"ו.
בעל תפילה: ר' קלמן אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.
ארום 4:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
בעל תפילה: הבה"ח קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו.
נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד היום,
ביים אנקומען איז דער רבי ארויף אויף א באזוך ביי הרה"ח הישיש ר' חיים הערש ווייס הי"ו,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פון סיפורים פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן ווייטער די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו ב"פ.
שושנת יעקב: הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד.
דער רבי האט אויפגעטרעטן 6 מאל מיט דברות קודש,
ביי די ערשטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק תנתן לי נפשי בשאלתי, און געטייטשט בדרך דרוש אז ווייל מ'גייט בתר כמות און נישט בתר איכות איז עשה דוחה לא תעשה און ס'נוצט תשובה.
ביי די צווייטע דב"ק האט דער רבי געטייטשט אז דורכדעם וואס מען איז מקבל גרים און מען זאגט נישט ער באלאנגט פאר זיין שר איז ווייל מינן הוו ואידחו, זעט מען דערפון אז מען זאגט נישט נראה ונדחה אינו חוזר ונראה און עס נוצט תשובה.
מען האט געזינגען לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
ביי די דריטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פיוט שושנת יעקב צהלה ושמחה, אז אילו שמע המן לקול אשתו לא היה נתלה, זרש האט געהייסן ווארטן אויף אינדערפרי, און המן האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און געגאנגען ביינאכט, אינעם ליל המסוגל לישועות ליל שימורים פסח אויפדערנאכט. דער רבי האט דערמאנט די ביטערע גזירות החינוך וואס שוועבט אויף כלל ישראל, און געוואונטשן די רשעים זאלן האבן דעם זעלבן סוף.
ביי די פערדע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פיוט שושנת יעקב צהלה ושמחה, דורך לימוד התורה איז מען מהפך פון וי צו טוב, בשעת מתן תורה האבן אידן האבן מסכים געווען שמירת התורה אבער האבן נישט געוואלט מקבל זיין לימוד התורה, און אויף דעם איז געווען די כפיית ההר, און דאס האבן די אידן מקבל געווען מאהבה ביים נס פורים.
ביי די פיפטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק דורש טוב לעמו, דורך תורה איז דא צוויי ברכות בגשמיות וברוחניות פאר זיך און פאר די קינדער.
ביי די זעקסטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק דורש טוב לעמו, אז מען פירט זיך מיט רחמים פירט מען זיך פון הימל מיט רחמים.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען דוד זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'אבני חסד'.
בשעת מעשה האט א בחור פון מוסד הק' שערי חמלה געשפילט אויף א כלי זמר, דער רבי האט זיך באדאנקט און געגעבן פורים געלט.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אינאיינעם מיט ר' יוסף חיים ראטענשטרייך הי"ו, און מהנה געווען דעם ציבור מיט דברי בדחנות לכבוד היום.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס,
מען האט געענדיגט ארום 9:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט די מטבעות פאר די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' פון ישיבותינו הק' פון וומ"ס און ב"פ, וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חבורה נישט צוצורירן צו די כלים הטמאים.
ארום 10:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין די נייע היכלי התפילה בקומת מאיר זעליג.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם חיים דוד גאטליעב הי"ו ע"פ אשתו ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מנחם ברודא הי"ו ע"פ אחיו ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
"וטוב לב משתה תמיד"
~🌴~