דינסטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תשא=
~יום הפורים~
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:10.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר קלמן וואלף הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' משה יודא מענדלאוויטש הי"ו.
כהן: הר"ר עמרם כהן שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר מענדל גאלד שליט"א - אב"ד לובלין.
גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
נאכן ליינען איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן די ר"ת תפילין, און דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער, מען האט אויפגעוויקלט די מגילה ווי אן איגרת, דער רבי האט געמאכט א לשם יחוד און מקיים געווען די מנהג און געגעבן א מחצית השקל, און דערנאך געזאגט לשם יחוד און געמאכט די ברכות און געליינט די מגילה מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעורורות.
דאס ליינען האט זיך פארצויגן פאר אריבער א שעה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:30.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו - מנהל תומכי שבת.
אינדערהיים האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום פון משלוח מנות ומתנות לאביונים, און טועם געווען פון די המן טאשן, נאנט, און קינדל כנהוג, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה לכבוד היום.
רבינו שליט"א האט אויפגענומען אנ"ש במשכ'ן טאג פון 3:00 ביז 5:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. לברך ולהתברך אין דעם גרויסן טאג,
ארום 3:15 איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל נתן מיטעלמאן הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
במשכ'ן טאג האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים ווי רבינו שליט"א האט אנגעווינטשן און געבענטשט יעדעם מיט ברכות לרוב.
צווישן אנדערע זענען געקומען די דיינים פון קהילת בעלזא פון ניו יארק בשליחות האדמו"ר מבעלזא שליט"א.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
ארום 6:05 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
נאכן עסן א כזית האט דער רבי געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לביסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען די ערשטע כוס וויין, און געוואונטשן לחיים.
נאך די פיש האט דער רבי געטרינקען די צווייטע כוס, און געוואונטשן לחיים.
דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען כבודו מלא עולם, מיט השתפכות הנפש בבכיות עצומות.
אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט רבינו שליט"א געטרינקען א דריטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים.
דערנאך האט מען אנגעהויבן צו זינגען אלקה דיליה און דער רבי האט מיטגעזינגען מיט בכיות נוראות.
דער רבי האט משמיע געווען אכט מאל דברות קודש, און צווישן איין דב"ק און די אנדערע האבן די בעלי מנגנים געזינגען ניגונים,
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג,
ביים ערשטן דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק תנתן לי נפשי בשאלתי, און געטייטשט בדרך דרוש אז וויבאלד כבודו מלא עולם, קען דער אויבערשטער נישט געבן א גט פאר אידישע קינדער ווייל עס איז אלעמאל ברשותו, און דער אויבערשטער איז מחוייב מיט אלע חיובי בעל לאשתו, חיוב פרקונה, חיוב לרפאותה, און מוסיף געווען אז איינער וואס האט נאכנישט געטראפן זיין זיווג איז דאך א פלג גופא, גייט עס אריין אינעם חיוב לרפאותו.
ביי די צווייטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק תנתן לי נפשי בשאלתי, דורך תשובה ברבים וואס איז פונקט ווי תשובה מאהבה קען מען פועל'ן א מפלה פאר די שונאי ישראל און א ישועה פאר אידן, דערביי האט דער רבי בקול חנוק דמעות דערמאנט די ביטערע גזירות החינוך וואס שוועבט אויף אידישע קינדער, און געוואונטשן אז די שונאי ישראל זאלן האבן א מפלה ווי המן בשעתו,
ביים דריטן דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פיוט שושנת יעקב צהלה ושמחה, ווען המן וואלט געוואוסט די כבוד שמים וואס וועט ארויס קומען וואלט ער קיינמאל נישט געמאכט די גזירה,
דער רבי האט מכבד געווען האדמו"ר מדעעש ק"י שליט"א מיט א כוס וויין,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן,
ביי די פערטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק עת צרה הוא ליעקב וממנה יושע, המן איז געווען א חכם להרע, און ער האט גוזר געווען ושללם לבוז אז די טרערן פון די אידן זאלן נישט זיין ריין פאר כבוד שמים, נאר זאל האבן נגיעות עצמיות פארמישט, אזוי זאלן די טרערן פון עשיו נישט בטל ווערן, אבער די אידן האבן זיך נישט געלאזט און האבן אינזין געהאט לשם שמים,
ביי די פיפטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק תנתן לי נפשי בשאלתי, המנ'ס געלט איז געקומען דורך גניבה און שווינדלעריי, דערפאר האט ער נישט געהאט קיין שליטה,
און נאך די פיפטע דב"ק האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
דערנאך האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מנהג פון זקינו בעל עצי חיים זי"ע צו רייכערן אום פורים און דערמיט פארברענען די קליפות אין די רויעך, און דער רבי האט פארייכערט א ציגאר,
דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן די פאררייכערטע ציגאר פאר הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זעקסטע דב"ק און זיך געשטעלט אויפן שייכות פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי מיט די יו"ט פורים, ווייל רבי שמעון האלט כל שהוא למלקות, און לויט טייל דיעות איז אפילו שלא כדרך אסור, האבן די אידן נישט געמעגט נהנה זיין פון סעודת אחשורוש אפילו שלא כדרך,
במשך די סעודה האבן די בעלי מנגנים משמיע געווען ניגוני שמחה, וניגוני דביקות והתעוררות,
מען האט אריין געברענגט א בארג סיני קוגל מיט קינדל געברענגט דורך הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, דער רבי האט טועם געווען, און פארטיילט שיריים פאר די אויבן אן,
דערנאך האט מען אריין געברענגט די קרויט, דער רבי האט טועם געווען, און מען האט פארטיילט שיריים פארן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די זיבעטע דברות קודש און זיך געשטעלט אויפן פיוט שושנת יעקב צהלה ושמחה, וויבאלד מרדכי הצדיק האט זיך געפירט מיט די מידת החסד האט ער זוכה געווען צום נס,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען דוד זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'אבני חסד'.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה פארן גאנצן ציבור, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א.
שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א פארגעזינגען די ניגון פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד אבני צדק.
דער רבי האט געדאווענט מעריב אין בית המדרש,
בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א,
מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם, מען האט געענדיגט ארום 11:45.
~🌴~