דאנערשטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישכר דוב שמידמאן הי"ו.
ב"ר אברהם שמואל פארקאש הי"ו.
ב"ר יושע הערש גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר אלכסנדר משה ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו און ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברי"א שטיין הי"ו און ר' דוד אונגאר הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו און ר' יעקב פעלדמאן הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
~🌴~