דינסטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תצוה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אלי' גליק הי"ו - מאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ש הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יושע מרדכי ראזענבוים הי"ו.
ב"ר ליפא שעהנברוין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט בקול נהי ובכיה איבער די שרעקליכע שריפה אין ירושלים עיה"ק ווי עס איז פארברענט געווארן בית מדרשינו ובנין הת"ת, און בפרט איבער די שריפה פון צוויי ספרי תורה רח"ל,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ירושלים איז ליבא דעלמא, ווען עס איז דא א ווייטאג אין הארץ פילט דאס די גאנצע גוף במילא דארף יעדע איד מבני קהלתינו זיך מצטער זיין מיט די צער פון ירושלים,
דער רבי האט מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים נאכזאגענדיגט אז רביה"ק זי"ע האט ביי אזא פאסירונג מעורר געווען אויף קדושת הביהמ"ד נזהר צו זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען און קריאת התורה, און זיך מקבל זיין קבלת טובות בקדושת הביהמ"ד,
אזוי אויך דארף מען זען זיך צו מתחזק זיין בלימוד התורה יעדער איינער לפי בחינתו, און צו שטיצן לומדי התורה, און בפרט מוסדות יטב לב אז מזאל קענען צוריק אויפבויען א בית המדרש און א בנין הת"ת ביתר שאת לכבודה של תורה,
און דער רבי האט מחייב געווען אלע אנשי שלומינו צו געבן אכצן דאלער כופר נפש צו קענען שרייבן א נייע ספר תורה צו מכפר זיין אויף די עלבון התורה וואס עס איז געשען, און צוגעענדיגט בברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, די ברית איז געווען בבית החדש של אביו הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א אינאיינעם מיט א קביעות מזוזה וחנוכת הבית,
נאכן ברית האט דער רבי קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון פילמער גארדענס ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות לכבודו פון הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - יו"ר וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' צוגעשטעלט דורך בית הוראה מיט די באטיילוגונג פון אלע סופרים פון קרית יואל,
עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' יואל שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק פאר די סופרים ארויסברענגענדיג די זכיה עוסק צו זיין אין די עבודת הקודש צוצושטעלן כשר'ע ספרי תורה תפילין און מזוזות פאר אידן און ארומגערעדט איבער די פראבלעם פון די פסול'ע מזוזות און די מאנגל פון סופרים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~