מיטוואך תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תצוה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא סופר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אלחנן שלמה זלמן ראזענצווייג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות בחדרו הפרטי פאר די בחורים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבי"ם העעל"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו און ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברי"א שפיטצער הי"ו און ר' אלי' לאנדא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יושע פנחס שעהנפעלד הי"ו און ר' חיים טורנהיים הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יואל בר"מ ווייס הי"ו און ר' בנימין ארי' לייבוש הירש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~