מאנטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תצוה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו - משמש ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה ב"ר יואל פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם שמעון מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר אברהם אויש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ראובן גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעלי ברית'ן בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יושע בער שווארץ הי"ו און ר' יואל ברש"י לאקס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים אלעזר פארקאש הי"ו און ר' ישכר מרדכי ליכטמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45, דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל וויינגארטן הי"ו און ר' יוסף משה פארגעס הי"ו,
און פון די מחותנים ר' אליעזר זוסיא פליישמאן הי"ו און ר' יואל יצחק ראטה הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
~🌴~