מיטוואך תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תרומה=
~בדר"ח אדר~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18טע עוו. וחתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר צבי יאזשעף הי"ו.
ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען האבן עולה געווען,
שלישי: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען דער בעל שמחה הרב מרדכי יודא שליט"א.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה,
מוהל: רבינו שליט"א.
סנדק: די זיידע הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
סנדק מעומד: הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
ברכות: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל ברוך נאך הרה"ק ר' ברוכ'ל מגארליץ זצ"ל וואס איז היינט געווען די יארצייט, און דער רך הנימול איז א אייניקל בן אחר בן.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בחדר שמואל חיים.
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה די אבי הבן הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, און הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א, און מיט יום ליבשה נכדו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א חתני הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און דערנאך געוואונטשן פאר בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה.
מען האט געענדיגט ארום 1:45.
דערנאך איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' זאב אלעזר רייכמאן הי"ו און הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' ליפא פרידריך ע"ה און ר' פנחס יחזקאל ברייער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו ע"פ אביו ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו און ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~