דינסטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תרומה=
~אדר"ח אדר~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי אהרן מעזעי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שמואל פייערשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי, און דערנאך געבענטשט גומל נאכן זיך צוריקקערן פונעם מסע הקודש אין עיר האבות סיגוט יע"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, מגי"ש, און פאר אלע בחורים,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה ללימוד התורה און מעודד געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פורים הבעל"ט מיט שעות רציפות, און ארומגערעדט בגנות פון זינגען פראסטע ניגונים און בפרט אינעם הייליגן יו"ט פורים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען בבית בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א צום שמחת הוואכנאכט פון נכד רבינו בן הנולד אצל חתנו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18טע עוו,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די בני המשפחה איבער הרה"ק ר' ברוכ'ל מגארליץ זצ"ל וואס די יארצייט איז געווען היינט בדר"ח אדר,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און די זיידע הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות,
ארום 11:30 האט דער רבי פארלאזט די וואכנאכט און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~