דאנערשטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תרומה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"מ עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ט גרינפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ו'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שלום בערקאוויטש הי"ו און ר' יעקב אשר גרינבלאט הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ווייסמאן הי"ו און ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 1:10 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~