דינסטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג חקת
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן
ר' חיים שלמה ווערטהיימער
ר' יואל פייערשטיין
ר' שמעון דוד משה ווייס
ר' חיים יוסף בנציון רייז
ר' מרדכי שמעי קויפמאן
ר' אברהם מאיר יעקב מויזקאפף ע"ה
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ד' פסוק ח'
נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען נעמען שלום
דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
ביים לחיים איז פארגעקומען א שיינע שמועס במשנתו של רבינו זי"ע.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם דומ"ץ קהלתינו 18 ב"פ מיט הכלה בת הגה"צ ר' יעקב שרגא פייוויל זינגער רב דביהמ"ד תפארת שמואל.
די שבע ברכות איז צוגעשטעלט געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א, אינעם היכל הישיבה קטנה "היכל התורה" ווי דער אבי החתן איז ר"מ.
דערנאך האט דער רבי אפגעשטאט א פלוצלומדיגער באזוך אינעם וויליאמסבורגער כולל ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לומדים און די לימודים, שעפנדיג הויפענעס נחת וקורת רוח פון די לומדים החשובים.
דערנאך האט זיך פארמירט א לענגערע תורה'דיגע שמועס מיט הרה"ג הירצקא צוויבל שליט"א - ראש הכולל
דער רבי האט געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. ארום 6:00
אויפדערנאכט איז דער וויליאמסבורג-אינדארסירטער מעיאר קאנדידאט עריק עדעמס געקומען צום רבין זיך באדאנקען פאר וויליאמסבורגס אינדארסירונג, אין באגלייטונג פון עסקני קהלתינו.
ווי אויך איז געקומען דער אינדארסירטער קאנדידאט פאר סיטי קאנסול לינקאלן רעסטלער, אין באגלייטונג פון עסקני קהלתינו.
דערנאך איז געקומען דער צווייטן ראנג אינדארסירטער קאנדידאט פאר מעיאר ענדרו יענג אין באגלייטונג פון עסקני קהלתינו.
~🌴~