מיטוואך חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך חקת
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בן
ר' יואל בראווער
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ד' פסוק ח'
נאכן שיעור זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען נעמען שלום
דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחור ברוב עם.
ביים לחיים איז פארגעקומען א שיינע שמועס איבער די שניידן ווייץ אין אריזאנע
נאכן דאווענען איז אריין די הנהלה פון מחנה בית רחל אריין צום רבי'ן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט זיי געווינטשן ברכת קדשו לקראת דעם זומער הבעל''ט.
נאכמיטאג איז כ"ק מרן האדמו"ר מסאדיגוריא - י"ם געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ווי עס האט זיך פארצויגן א לאנגע שמועס פריוואט.
א גוטן טאג
~🌴~