מאנטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג חקת
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן
ר' יעקב מרדכי טייטלבוים
ר' שלמה משה שטעסל
ר' לוי יצחק סימאן
ר' חיים אברהם ראזענפעלד
ביים תהילים שיעור האט דער רבי פארציילט א מעשה פונעם ישמח משה איבער זען דעם שם הוי' אויפן וועג, און דערנאך האט דער רבי געדאנקט דעם אויבערשטן אז ער איז נעכטן אויפן וועג צום לופטפעלד אריבערגעפארן די אראבישע שטחים, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די חסד ה' ביים געראטעוועט ווערן פון די חיות טורפות אינעם מדבר איז גרעסער ווי די חסד פונעם ים.....
דער רבי האט געדאוונט מנחה ארום 8:00 בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער צום נייעם נארוואס-פארענדיגטן תנאים זאל ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד קביעות מזוזה ווי דער רבי האט קובע געווען די מזוזה פארן נייעם זאל.
~🌴~