שב"ק פרשת משפטים - שקלים, מבה"ח אדר, שבת לפני הילולא קדישא פון מרנא ורבנא הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע בצל…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שב"ק פרשת משפטים - שקלים, מבה"ח אדר, שבת לפני הילולא קדישא פון מרנא ורבנא הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בעיר האבות סיגוט אין רומעניע, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבתינו הק' פון ארה"ק און אייראפע=
ערש"ק ביים זמן הדלקת הנירות האט רבינו שליט"א געצינדן די נירות שבת קודש בהיכל ביהמ''ד עצי התמרים.
ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה און מאריך געווען א לענגערע צייט ביי הויכע שמו"ע בבכיות נוראות ובתעוררות רב.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יושע קליין שליט"א - מנהל ישיבתינו הק' בירושלים.
מזמור לדוד הבו לה' האט מען געזאגט פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און במאור פנים געוואונטשן גוט שבת פאר אלע תלמידים אויף אלע זייטן פון ביהמ"ד.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם בהתרוממות והתרגשות עד אין שיעור און האט זיך פארצויגן פאר אריבער פיר אהאלב שעה!
דער רבי האט אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ובאש להבה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה''צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
במשך די סעודה צווישן די מאכלים, פאר די פיש, זופ, פלייש, און נאך די פלײש האט דער רבי געזאגט פיר מאל תורה אויף די ארבעה אבות נזיקין שור, בור, מבעה, הבער, וואס די זוה"ק זאגט אז דאס זענען: שור - נישט נזהר זיין אין שמירת עינים, בור - אפפוסטעווען די צייט, מבעה - שן, תאוות האכילה, און הבער - אש, די מדה פון כעס.
און אויסגעטייטשט א לענגערע צייט מיט הערליכע פשטים בדברי דרוש, מיט מוסר און חיזוק איבער די דאזיגע מדות מגונות וואס זענען די ד' אבות הנזיקין פאר יעדן מענטש.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגונים פאר שעות אריכות און זיך אויפגעשטעלט טאנצן פייערדיגע ריקודים,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
כל מקדש: הרה"ג ר' פנחס שלעזינגער שליט"א מנהל ישיבתינו הק' בלאנדאן.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א מנהל ישיבה גדולה מהרי"ט בבני ברק.
נאך די זמירות האט דער רבי געזאגט תורה א לענגערע דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן, און עשה לפני הדיבור.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט"א מנהל ישיבה קטנה בבני ברק,
ברכת המזון: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ קהלתינו באנטווערפן נכד מרן הקדושת יו"ט זי"ע.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ט שבט.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל קעלנער שליט"א מנהל ישיבתינו הק' במאנטשעסטער.
נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שלום זכר ביי נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט אור פניך לכבוד שבת שקלים האט מען מכבד געווען הרה"ג ר' יושע קליין שליט"א מנהל ישיבתינו הק' ירושלים עיה"ק, וואס איז געזינגען געווארן בהתעוררות ובדביקות.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' ישראל קליין שליט"א מנהל ישיבתינו הק' באנטווערפן, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ובאו כולם און נעשה ונשמע. מען האט געענדיגט ארום 1:55.
נאכן טיש זענען אריין בקו"פ תלמידי ישיבה גדולה מהרי"ט בבני ברק, און האבן זיך מפלפל געווען מיט רבינו שליט"א אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן אויף די שיעור סוגיא פון פרייטאג אינדערפרי א לענגערע צייט.
~🌴~
=וביום השבת קודש=
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30,
ברכות וקרבנות: הרה"ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט"א מנהל ישיבה קטנה בני ברק,
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א מנהל ישיבה גדולה מהרי"ט.
מ'האט געזאגט הלל הגדול און שירת הים פסוק בפסוק בהתלהבות כמנהג המקום ק"ק סיגוט,
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית און אנגעהויבן עד הנה באש קודש, און פארגעדאווענט די יוצרות, מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטלמאן הי"ו - ב"פ, און הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו - ק"י,
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו - ק"י.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ג ר' שמשון שטערן שליט"א מגי"ש בישיבתינו בני ברק און הרה"ג ר' יוסף ארון איזראעל שליט"א מגי"ש בישיבתינו בני ברק.
בעל קורא: הרה"ג ר' יואל קעלנער שליט"א מנהל ישיבתינו הק' מאנטשעסטער.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
רביעי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - ק"י.
חמישי: הרה"ח ר' אלימלך שמשון ווייס הי"ו - לאנדאן.
שישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - ק"י.
שביעי: הב' אלתר דוב סאמעט ני"ו נכד הגאון הגדול ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל.
אחרון: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
הגבה: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מאנסי.
גלילה: ר' שמואל ב"ר אשר זעליג לעוו הי"ו - לאנדאן.
דער רבי האט עולה געווען די קריאה פון מפטיר - קריאת שקלים און אליינס געליינט כנהוג.
הגבה: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו - מאנטשעסטער.
דער רבי האט ר''ח געבענטשט מיט גרויס התעוררות, און הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א - מאנטשעסטער, איז מכובד געווארן צו האלטן דאס צווייטע ספר, הרה"ג ר' שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א - ב"פ, איז מכובד געווארן איבערצונעמען דעם רבינ'ס ספר נאכן ר"ח בענטשן.
צו מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען בהתעוררות רב לכבוד שבת שקלים, מ'האט געזונגן די חרוזים אור פניך כנהוג.
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו - ק"י. מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אראפ לביתו נאוה קודש און קידוש געמאכט מיט די נגידי ותומכי השבת, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' פנחס שלעזינגער שליט"א מנהל ישיבתינו הק' בלאנדאן און אראפגעלייגט וואס עס מיינט פאר די בחורים אזא שבת בעבר בהוה ובעתיד,
מען האט פארטיילט שריים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום מיטאג טיש, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, איז דאס אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, מען האט געזינגען מערערע ניגונים לכבוד שב"ק פאר א לענגערע צייט און זיך אויפגעשטעלט טאנצן בשמחה והתרוממות.
דער רבי האט געזאגט תורה און דערנאך דערציילט א לענגערע צייט מערערע סיפורי קודש מעשיות פון רבותינו הק' אין שטאט סיגוט בשייכות מיט תלמידים און בחורים.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
ברוך ה' יום יום: נכד רבינו הרב אלעזר ט"ב שליט"א - לאנדאן.
ברוך קל עליון: נכד רבינו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער.
ברכת המזון: הרה"ג ר' משה בצלאל וויינבערג שליט"א מגי"ש בישיבה קטנה בני ברק.
מען האט געענדיגט ארום 4:00 אזייגער.
~🌴~
=רעוא דרעווין=
צו מנחה ושלו"ס איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:15,
מנחה: הרה"ג ר' ישראל קליין שליט"א מנהל ישיבתינו הק' באנטווערפן,
פתיחה: ר' משה דוד דאווידאוויטש הי"ו - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער - ק"י.
שלישי: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו - ב"פ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו - וומ"ס.
ביי שלו"ס פאר די זמירות האט מען געזינגען מערערע ווארימע ניגונים מיט א בהתעוררות ודביקות.
זמירות ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ג ר' זלמן יודא כהנא שליט"א מגי''ש בישיבתינו בירושלים.
שיר המעלות: הרה"ג ר' שניאור זלמן ווייס שליט"א מגי"ש בישיבתינו בבני ברק.
פאר די תורה האט מען ווידער ממשיך געווען מיט די ניגוני התעוררות.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת שקלים און ארומגערעדט בהתעוררות אז מחצית השקל ווייזט אויף אמונה פשוטה, און ממשיך געווען בדברי חיזוק און אויסגעפירט בברכת קדשו.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יואל שרגא פערלמוטער שליט"א מגי"ש בישיבתינו בלאנדאן.
קל מסתתר: הרה"ג ר' מנחם סימאן שליט"א מגי"ש בישיבתינו מאנטשעסטער.
שושנת יעקב: הרה"ג ר' עקיבא שטערן שליט"א מגי"ש בישיבתינו מאנטשעסטער.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
צו מעריב מוצש"ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון מרן הקדושת יו"ט זי"ע, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן אויפן פלאץ א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 8:45.
=מוצש"ק בצל הקודש=
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פון מרן הקדושת יו"ט זי"ע, אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ס"ת געשריבן דורך הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו און ווערט אריינגעגעבן בישיבתינו הק' בלאנדאן.
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט הר"ר נחמן ברוך שיף הי''ו פארגעזינגען הארציגע דברי חרוזים איבער די הרבצת התורה בעיר סיגוט ביי רבותינו הק' העצי התמרים, און האט אויסגעגראמט דעם געהויבענעם שב"ק מיט אלע דברי תורה פון רבינו שליט"א במשך די שבת, און ממשיך געווען איבער די געוואלדיגע זכי' אז דער רבי האט אונז בוחר געווען צו ברענגן קיין סיגוט און 'אונז זעמער אלע תלמידים פונעם רבי'ן דא אין סיגוט', און ווען אונז גיימיר צום ציון וועלן מיר מתפלל זיין פארן רבי'ן און אויסגעפירט אז דער רבי זאל אונז אלע אינזין האבן.
דערנאך האט די נדבן הרה"ח ר' אליעזר הי"ו אריינגעברענגט די ס"ת, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער סופר איז געווען הרב חיים יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל אשדוד שליט"א.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דברות קודש א לענגערע תורה בעניני כתיבת ס"ת, און מאריך געווען בדברי הדרכה פאר די בחורים וואס מען נעמט אהיים פון אזא שבת עס זאל באגלייטן א גאנצן לעבן, און פארשידענע הדרכות פאר די בחורים אין אסאך ענינים מזאל קענען שטייגן מעלה מעלה.
דער רבי איז געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה בהתלהבות אש,
גלילה: הרה"ג ר' פנחס שלעזינגער שליט"א מנהל ישיבתינו בלאנדאן, און דער רבי איז ארויס אין א פייערדיגן ריקוד וינועו אמות הסיפים, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם נדבן הרה"ח ר' אליעזר הי"ו צו טאנצן, עם בני משפחתו. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
~🌴~