זונטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תרומה=
~מסע הקודש קיין עיר האבות סיגוט יע"א~
ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יודא אלי' ראטה הי"ו - אנטווערפען.
עטליכע מינוט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם און פארגעלערנט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן, דער רבי האט אנגעהויבן אויף א קשיא וואס א תלמיד פון ישיבה קטנה בבני ברק האט אים צוגעשיקט בכתב אויפ'ן שיעור פון פרייטאג, דער רבי האט איבערגעזאגט די קשיא און געזאגט א שיינעם תירוץ געבויעט אויף א אור חדש,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט א לענגערע פלפול אין די סוגיא, און ביים סוף געזאגט דברי פרידה פאר די בחורים און ארויסגעברענגט וואספארא עונג רוחני און קורת רוח מען האט געהאט צו פארברענגן מיט די בחורים אין די לעצטע דריי מעת לעת, מען האט געזעהן כי זרע ברך ה' אזוי זעהן אויס תלמידים פונעם ייטב לב דאס איז די ישיבה וואס דער ייטב לב האט מייסד געווען, און מען דארף זעהן זיך צו פירן ווייטער אויף א אופן ווי עס פאסט זיך פאר א תלמיד פון דעי ישיבה, דער ייטב לב האט געזאגט אז ער וועט זיך נישט שעמען מיט זיינע תלמידים בזה ובבא, האט דער רבי געזאגט 'בזה' מיינט ווען דער ייטב לב איז געווען אויף דער וועלט און 'בבא' מיינט דעי וואס קומען דא לערנען אין די ישיבה פונעם ייטב לב ווען דער ייטב לב איז שוין אויף יענע וועלט, און אויפגעפאדערט די בחורים נישט צו רעדן מיט די תפילין, און צו לערנען ביתר שאת שעות רצופות פון ר"ח ביז פורים און מסיים געווען בברכות לרוב, מען זאל אהיימפארן לחיים ולשלום און זיך זעהן מתוך שמחה, און נאר הערן בשורות טובות.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכמיטאג האט דער רבי אויפגענומען די שטאטישע באאמטע דעם גאווערנער און מעיאר פון די געגענט וועלכע שטייען צו הילף אין אלע ענינים ובפרט איבער די שטחים וואס באלאנגט פאר'ן שוהל הויף, אין די פארגאנגענהייט און בעתיד ווייטער צו קענען בויען די פרישע בנינים, דער רבי האט זיך באדאנקט און איבערגעגעבן א מתנה.
דערנאך האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
נאך מנחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים וחתימת שטרות פארן היכל התורה אין מאנטשעסטער ווי עטליכע נגידים האבן מנדב געווען גרעסערע סכומים צו קענען אויפבויען א פראכטפולן היכל התורה,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר די נגידים און פאר הרבני הנכבד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו מיט זיין איידעם העסקן ר' שמואל בענעדיקט הי"ו וועלכע שטייען בראש פונעם מלאכת הבני', און געזאגט בלשו"ק: "א היכל התורה ביי אונז אין ביהמ"ד וועט אי"ה טוישן מאנטשעסטער",
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי דער רבי האט ממנה געווען הרה"ג ר' שמואל עקשטיין שליט"א מו"ץ בעדה החרדית ומרבני כוללינו, הרה"ג ר' שלמה בנעט שליט"א מראשי כוללינו, הרה"ג ר' משה יוסף שפילמאן שליט"א מראשי כוללינו אלץ פרישע מורי צדק בקהלתינו הק' בירושלים עיה"ק.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און געטייטשט ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ואלה מוסיף על הראשונים, און ארויסגעברענגט אז די קהילה האט זיך ב"ה צעוואקסן און מען דארף מוסיף זיין כוחות אין די קהלה, אויסערדעם וואס די קהלה פארמאגט א גאר חשובן דיין שליט"א פעלט זיך ב"ה אויס מ'זאל צולייגן נאך מו"צ וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די חשובע אינגעלייט, און געבן שיעורים בכל חלקי השו"ע, און דערביי האט דער רבי אויפגעפאדערט צו גרינדן א בית הוראה, אשר משם יצא תורה והוראה און מסיים געווען בברכות קדשו.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואנטשן פאר די פרישע מורי הוראה 'שלא יצא מכשול מתחת ידים ולהורת את דבר ה' זו הלכה', און פאר די חברי הנהלת הקהילה פון ירושלים און די חברי הנהלה פון ניו יארק.
דערנאך איז דער גאנצער ציבור ארויס, און דער רבי איז געבליבן פריוואט מיט די מורי הוראה און האט געגעבן פארשידענע הדרכות פאר די פרישע מורי הוראה.
דערנאך איז געווען זמני כניסה פאר די הונדערטער אידן פרישע געסט פון איבער די וועלט, א לענגערע צייט ביז ארום 10:15 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק,
און דערנאך ווייטער ממשיך געווען געזעגענען דעם ציבור ביז ארום 11:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע,
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און געוואונטשן לחיים, און מען האט געזינגען מערערע נגונים וואס איז נתחבר און געזינגען געווארן בבית סיגוט, דעם אשת חיל ניגון, די נענועים ניגון און נאך.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען נכד בעל הילולא הרה"ג ר' ליפא ט"ב שליט"א דומ"ץ קהלתינו באנטווערפען.
דער רבי האט געזאגט א לענגערע ווארימע תורה און געזאגט אז ער איז ברור אז די קדושת יו"ט בענטשט אלע אידן, און דער קדושת יו"ט האט געזאגט אז זיין ברכה איז נישט קיין ברכה לבטלה נישט נאר יעצט נאר אויף שפעטער אויך, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר אידישע קינדער.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
נאכ'ן טיש האט דער רבי ממשיך געווען מיט די זמני כניסה ביז אין די שפעטע ביינאכט שעות.
~🌴~