פרייטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג משפטים=
~מסע הקודש קיין עיר האבות סיגוט יע"א~
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום סדר הלימוד וואס איז פארגעקומען פאר די בחורים במסגרת 'ישיבה של מעלה' פון 7:00 אזייגער ביז 9:00 אזייגער, און ארומשפאצירט פאר אריבער א האלבע שעה און זיך אפגעשטעלט ביי יעדן טיש עקסטער און זיך מפלפל געווען מיט א גרויס קורת רוח.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ''ד, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור הב' יודא גליק ני''ו - אנטווערפן.
נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און פארגעלערנט דעם ערשטן שיעור סוגיא, מיט א פלאם פייער אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן.
נאכ'ן שיעור האט רבינו שליט''א ממשיך געווען מיט א שבח והודאה פארן אייבערשטן פאר די זכי' מרביץ תורה צו זיין פאר תלמידים אויף דעם פלאץ ווי זיינע הייליגע זיידעס האבן מרביץ תורה געווען, און א לענגערע צייט אויסגעשמועסט וואס עס האט זיך אלץ אפגעשפילט בהרבצת התורה אויף דעם פלאץ און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך פרישטאג זענען אלע בחורים אריין בקו''פ און אדורך כבני מרון און שלום גענומען, דער רבי האט יעדעם אויפגענומען און זיך נאכגעפרעגט, און עטליכע בחורים האבן געפרעגט קשיות אין די סוגיא אויף וואס דער רבי האט יעדעם געענפטערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת.
~🌴~