מוצ"ש יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצ"ש יתרו=
ארום 10:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין הבית רחל 'בנין דוד ומלכה ניישטאדט' אויף טשערי לעין, בהשתתפות פון די בני המשפחה פונעם חשובן נדבן שיחי' און געלאדענטע נדיבים בעם בוני הבנין,
דער מעמד איז פארגעקומען אינעם אונטערשטע שטאק פינעם בנין וואס וועט אי"ה זיין צוגעשטעלט אלץ א שמחה זאל פאר קלענערע שמחות ביי אנ"ש,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:30, צום ערשט האט אויפגעטרעטן די יו"ר המעמד הר"ר דוד יואל שטויב שליט"א - ר"מ בישיבתינו קנין תורה, דערנאך האט הגה"צ רב דקהלתינו מאנסי שליט"א אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברי שבח אויפן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' דוד הי"ו,
דערנאך האבן הבחורים: שמעון ב"ר גרשון מענדל טויב הי"ו, מענדל ב"ר יעקב הערש דרומער הי"ו, חיים דוד ב"ר מענדל וואלף דרומער הי"ו,
אויסגעגראמט מיט ספעציעלע חרוזים די השתלשלות פון בית רחל ד'סאטמאר אין אמעריקע און בפרט פון מאנסי, און דערנאך בשבח פונעם נדבן הבנין ר' דוד הי"ו,
דערנאך האט דער יו"ר אויפגערופן די נדבן הבנין הרה"ח ר' דוד ניישטאדט הי"ו, הרה"ח ר' רפאל פערמוטער הי"ו, הרה"ח ר' אהרן הערש האלענדער הי"ו, הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו, הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, הרה"ח ר' יעקב הערש ואחיו הרה"ח ר' יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו, הרה"ח ר' ארי' האפפמאן הי"ו, הרה"ח ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו, ווי זיי האבן אפגענומען ברכת הקדוש פונעם רבי'ן און דער רבי האט זיי איבערגעגעבן די פרסים, דערנאך האט דער נדבן הרה"ח ר' דוד הי"ו אויפגעטרעטן און געמאכט א ברכת שהחיינו בשם ומלכות און דערנאך ארויסגעברענגט זיינע געפילן נאכן מנדב זיין א בנין פארן בית רחל.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן אויבנאן און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג איבער די פעולות לטובה פון רביה"ק זי"ע פאר חינוך הבנות אין אמעריקע ווי דער רבי זי"ע איז געווען פארמישט בכל דבר קטן וגדול, ווי אויך פלעגט זיך רביה"ק זי"ע כסדר נאכפרעגן וואס עס מאכן "זיינע מיידלעך" און מיידל שולע, און דער רבי האט געוואונטשן אז די נדבן ר' דוד הי"ו זאל אויך זעהן נחת פון זיינע מיידלעך, און מסיים געווען מיט שטארקע ברכת קודש פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור,
נאכ'ן דב"ק האט מען ווייטער פארגעזעצט מיט פרקי שירה און דער רבי האט פארפירט א לענגערע שמועס מיט די רבני מאנסי אויפן אויבנאן צווישן אנדערע מיט האדמו"ר מסאלקא שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 12:00 אזייגער,
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם פלייש געשעפט דקהלתינו הק' וועלכע איז נארוואס געעפענט געווארן,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ, און קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, און דערנאך א לענגערע צייט זיך אומגעקוקט אויף די פולע איינריכטונגען און פראדוקטן פונעם פלייש געשעפט און באגלייטונג פון הגה"צ מאנסי רב שליט"א און הרה"ח ר' רפאל פערמוטער הי"ו - מראה"ק, און דערנאך אריין אין די קאך זיך אומקוקן,
דערנאך האט דער רבי געמאכט לחיים ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ מאנסי רב שליט"א וועלכע איז די בעל מכשיר פונעם געשעפט, און פאר הרה"ח ר' רפאל הי"ו, אזוי אויך האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן מענעדזשער האברך ר' יוסף טאבאק הי"ו, און פארן קעכער הרה"ח ר' שמשון גפן הי"ו פון ק"י, דער רבי האט אויפגעטרעטן
מיט דב"ק צום ערשט פארציילענדיג א מעשה פון זקינו מרן בעל ייטב לב זי"ע פון די פעולות פאר כשרות הבשר אין שטאט סיגוט, און ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די שבח און הידורים פונעם 'קרית יואל'ע בית השחיטה' און אויסגעשמועסט בפרטי פרטים ווען דערביי ווערט פארמירט שיינע שמועסן מיט די אנוועזענדע רבנים,
דער רבי האט פארלאזט די בוטשער ארום 1:00 אזייגער און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
~🌴~