שבת קודש פרשת יתרו - קבלת התורה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת יתרו - קבלת התורה=
ארום 6:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדותינו הקדושים אין שטאט לינדען יצ"ו.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו - מאנטשעסטער.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחד יתרו' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון 'כל כולו אדער כל אפי' מקצתו'.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יודא דוד גרינפעלד שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב"ד צאנז ק"י.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי יושע מ'בעלזא זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג כ"ג שבט.
קה רבון עלם: הרב שמואל מענדל באב"ד שליט"א - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אזוי אויך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכור ביים אייניקל הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - חדב"ן.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני 'עליונים ששו' און 'ובאו כולם' לרגל שבת קבלת התורה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:35.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה יודא בר"ש הירש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל יודא פעלבערבוים הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו - מאנטריאל.
כהן: החתן משולם פייבוש ב"ר יעקב פריעדמאן הי"ו.
לוי: החתן שמעון ב"ר אברהם לעווי הי"ו.
שלישי: החתן מנחם זאב ב"ר משה יודא הירש הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן שמעון ב"ר שמשון גפן הי"ו - באווארפען.
חמישי: הרה"ג ר' ישראל חיים גוטמאן שליט"א - מאנסי.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל יושע פעלבערבוים הי"ו.
ר' מנחם נחום ראזענבערג הי"ו.
ר' אליקים יודא גרינוואלד הי"ו.
ר' מרדכי יוסף בראדער הי"ו.
ר' יצחק יודא קליין הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' משה יודא בר"מ הירש הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' שמשון גפן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יחזקאל יואל סאמעט הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' בערל אקער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען
ר' מענדל גוטטמאן הי"ו - מאנטריאל.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה:
הרב שמואל מענדל באב"ד שליט"א.
כהן: הרה"ג ר' אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
לוי: הרה"ג ר' אלעזר רובינפעלד שליט"א.
שלישי: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א - חדב"ן.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו - מאנטשעסטער.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והודעת להם את הדרך אשר ילכו בה', יעצט בימי השובבי"ם איז מען עוסק בתשובה די עצה אז עס זאל נתקבל ווערן די תשובה אפילו אויף די זאכן וואס שטייט אז עס העלפט נישט קיין תשובה איז דורך עוסק זיין בתורה וואס דאס לייגט צירוק די צלם אלוקים אויפן פנים און אזוי ווערן די תפלות נתקבל, יעצט ווען מהאלט שוין די לעצטע וואך מלא שבוע הזאת מיט די ריכטיגע התבונונת בתורה בתפילה ובתשובה.
ידיד נפש: הרה"ג ר' ישראל חיים גוטמאן שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משולם פייבוש ב"ר יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם לייב לאנדא הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט ארויסבאגלייט מיט די ניגונים 'קה זכות אבות' און 'כי מלאכיו' לרגל די בעפארשטייענדע נסיעה פון רבינו שליט"א קיין עיר האבות סיגוט יע"א קומענדיגע שבת הבעל"ט.
מען האט געענדיגט ארום 8:20.
~🌴~