זונטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג משפטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא אקערמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו - מאנסי.
ב"ר זלמן לייב וואלדמאן הי"ו.
ב"ר יואל גוטטמאן הי"ו.
ב"ר יואל פוקס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:45 צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים לרגל די התחדשות פארן נייעם און פארגרעסערטן ביהמ''ד תפילה למשה דקהילתינו בראשות הרה"ג ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א,
דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק ודברי ברכה.
ארום 3:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:45 צום נייעם בנין פון ישיבה קטנה ווי עס זענען פלאצירט די ישיבות מבצר התורה בהנהלת הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א און ישיבת אהבת התורה בהנהלת הר"ר חיים שלמה ראטטענבערג שליט"א, צום ערשט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין ישיבת מבצר התורה ווי עס זענען אנוועזנד געווען די בחורים פון ביידע ישיבות, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק, ווי דער רבי האט מעורר געווען די בחורים עוסק זיין בתורה בלימוד שעות רציפות פון ר"ח אדר ביז פורים, און ארומגערעדט בגנאי פון די כלים הטמאים, און פון זינגען ניגונים פון נישט ערליכע מקורות און מסיים געווען בדברי שבח פון די ישיבות און געוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ אין ישיבת אהבת התורה ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער הביהמ"ד, און זיך אומגעקוקט אינעם ישיבה.
ארום 4:20 איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם בית האופה דקהלתינו הק' וועלכע האט זיך נארוואס אריבערגעצויגן צו א נייעם פראכטפולן לאקאל,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די ארבעט פאר א לענגערע צייט אין באגלייטונג פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און באוואונדערט די פילע הידורים און חומרות וואס זענען איינגעשטעלט געווארן אויפן פלאץ, און אויך ארומגעגאנגען אין אלע שטיבלעך און סטארעדזשעס וכו' און דערנאך האט דער רבי מפריש געווען חלה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געמאכט א לחיים (אויף פסח'דיגע קעיק) און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט שטארק משבח געווען די פילצאליגע חומרות און ארויסגעברענגט לשבח פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א וועלכע לייגט אריין אזויפיל כוחות צו שטיין על המשמר און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע ארבעטערס און פאר די הנהלת בית האופה,
דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה א זילבערנעם וויין פלאש פאר הרה"ח ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו - מנהל בית האופה,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו הגדול ווי דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אויפן כולל אהבת קדומים וואס קומט פאר אין איינע פון די חדרי התפילה, און דערנאך געדאווענט מנחה בחדר ב' פון די נייע איבערגעבויעטע חדרי התפילה בקומת ריספלער,
נאך מנחה איז דער רבי אריבער צום היכל הכולל בביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 5:20 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת פדיון הבן פון נכדו בן אצל הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די עזרת נשים פון ביהמ''ד הגדול,
אלץ כהן הפודה האט געדינט נכד רבינו הרה''ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אב''ד ור''מ שליט''א,
נאכן פדיון האט דער רבי געמאכט א לחיים ווי דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה, די זיידעס, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
ארום 5:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל.
דער רבי האט מנחם אבל געווען הרבנים הגאונים בני הרה"צ ר' בעריש לויפער ז"ל ע"פ אמם הרבנית ע"ה.
דערנאך ארום 6:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים אין ק"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמשון גפן הי"ו און ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' דוד מאיר פריעדמאן הי"ו און ר' יואל בער יאקאבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' הלל ראזענבערג הי"ו און ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~