מיטוואך יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך יתרו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל מנחם קלאגסברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר רפאל וויינגארטן הי"ו.
ב"ר יצחק ליכטענשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן תהילים אין די ימי השובבי"ם, און איבער די 'מעמד עת רצון' וואס קומט פאר דעם פרייטאג פארטאגס אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי באזוכט ביי די בוי ארבעט אין ביהמ"ד 'בית אלעזר' בשכונת ויואל משה אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו - בונה ומקים פונעם שכונה, און הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו - בוי מייסטער פונעם שכונה,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה פונעם שכונה און געהערט די ווייטערדיגע פלענער.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הת"ת 'בנין קליין' וועלכע ווערט בקרוב פארענדיגט, דער רבי איז ארום אויף אלע שטאקן אינאיינעם מיטן נדבן הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו און ר' אביגדור מאיר סאמעט הי"ו - מאנטריאל, אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 7:40 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן.
אויך איז געקומען הרה"ג ר' אפרים זלמן שטערענבוך שליט"א, בן כ"ק פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א וועלכע האט אריבערגעברענגט פאר רבינו שליט"א די ספרי 'מועדים וזמנים' פון מרן הראב"ד שליט"א וועלכע איז נארוואס איבערגעדריקט געווארן פון פריש,
דער רבי האט שואל געווען בשלום אביו הגדול הראב"ד שליט"א, און געוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' מנחם ליבערמאן הי"ו און ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~