דאנערשטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג יתרו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר אליעזר צבי הורוויץ שליט"א, בן הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א.
ב"ר מאיר משה מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר אשר אנטשיל יאזשעף הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א וועלכע געפינט זיך אין ניו יארק פאר עטליכע משפחה שמחות,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זקינו הגה"צ מראחוב זצ"ל, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם אנגעוואונטשן.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' מענדל וואלף שטערן הי"ו און ר' יצחק אייזיק פישער הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~