דינסטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג יתרו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר שלמה פילאפף הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בר''ב ראזענבערג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יצחק מזרחי הי"ו ע"פ בתו ע"ה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א פון ארה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, צווישן אנדערע האט ר' שלום יצחק הי"ו געוויזן אינטערסאנטע כתבי ידות פון צדיקים וקדושים ובפרט פון רבותיה"ק עצי התמרים זי"ע,
האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
~🌴~