צווישן אנדערן האט דער רבי אויסגעשמועסט און דערציילט זכרונות פון די נסיעות פון דודו רביה"ק ז"ל קיין אר"י…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
צווישן אנדערן האט דער רבי אויסגעשמועסט און דערציילט זכרונות פון די נסיעות פון דודו רביה"ק ז"ל קיין אר"י בשנות תשט"ו, תשי"ט, תשכ"ה, מיט אסאך פרטים איבער דאס ארויסבאגלייטן און דאס מקבל פנים זיין דודו הגדול, וואס ער האט אליינס מיטגעהאלטן שטייענדיג לימין פון זיין טאטן רבינו הגה"ק בעל ברך משה ז"ל.
אויף די פראגע בנוגע די יעצטיגע איבערקערענישן בארה"ק ווען עס טוישט זיך די רעגירונג וואס דאס איז נוגע פאר סאטמארע חסידים האט דער רבי געענטפערט א קורצע תשובה בדרך מליצה: "לא רע"ה זה כרע"ה זה אלא שדרכם לילך ולהזיק.....!"
אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסן נאך פארשידענע ענינים בעניני דעות, ובעניני שמיטה ווי דער רבי האט דערציילט פארשידענע גאר אינטערעסאנטע ענינים מאוצר זכרונותיו פון די שמיטה יאר ווען ער האט געוואוינט אין אר"י.
שפעטער האט מען מאריך געווען בזמירות שירות ותשבחות א לענגערע צייט.
מיט ברוך ה' יום יום איז מכובד געווארן הרה"ג רבי יצחק דוד יאקאב שליט"א פון ירושלים, מנה"ר ישיב"ק-ב"ב. ברוך א' עליון: הרה"ג ר' אברהם מאיר דירענפעלד שליט"א מנה"ר ת"ת-בי"ש.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט קורצע דברות קודש.
צווישן אנדערן האט דער רבי געזאגט פארן ציבור אנ"ש אז ער פלאנט אי"ה צו קומען אפטער אויף קורצע נסיעות קיין ארה"ק - מירון, און אויך זיך צו טרעפן מיט אנ"ש אחים לדעה.
מיט ברהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ רב דקהל סיגוט שליט"א.
עס איז שוין געווען כמעט 4:00 אזייגער נאכמיטאג ווען מען האט פארענדיגט דעם טיש.
נאכמיטאג האט הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א חדב"נ, פארגעלערנט א הערליכן שיעור אין פרקי אבות פאר'ן ציבור אנ"ש פול מיט הדרכה וחיזוק.
דער רבי איז אריינגעקומען צו מנחה ארום א האלבע שעה נאכן זמן הדלה"נ.
מיט פתיחת הארון איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מרבי"ת בקהלתינו-ב"ב.
כהן - מוה"ר אברהם יהושע גלאנץ הי"ו.
לוי - מוה"ר יואל ב"ר אברהם חיים וויינבערגער הי"ו.
שלישי - הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הגבהת ספר תורה כנהוג.
גלילה - הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו יו"ר הנהלת ממלכת התורה וומסב"ג.
סעודת רעוא דרעווין איז געפראוועט געווארן אויפן שטח אינעם הויף.
איידער די זמירות האט מען געזינגען ניגוני דביקות בהתעוררות רב.
דערנאך האט מען געזינגען די זמירות מיט השתפכות הנפש.
מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען מוה"ר צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו מנהל המוסדות בי"ש.
שיר המעלות - מוה"ר ישכר בצלאל יאקאב הי"ו מנהל המוסדות ירושלים.
דערנאך האט דער רבי מאריך געווען בדברי תורה מיט חיזוק און התעוררות בענין מסירות נפש למען כבוד שמו יתברך.
ידיד נפש - מוה"ר משה חיים ווייס הי"ו יו"ר הנהלת המוסדות ב"ב. א' מסתתר - מוה"ר יחזקאל ראטטער הי"ו מנהל המוסדות ב"ב. רבינו שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און נאך מעריב געמאכט הבדלה דארט אויפן שטח אינעם הויף.
~🌴~