מוצש"ק קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצש"ק קרח
אין א שפעטע שעה זענען די באסעס אפגעפארן צום מעמד רבתי "סיום יסודי התורה" אינעם גיגאנטישן זאל "מגיה" אין טברי' ווי דער ריזיגער ציבור האט זיך משמח געווען לכבוד התורה בראשות כ"ק רבינו שליט"א מייסד החבורה.
הרה"ח ר' מאיר הירש שליט"א מראשי הקהילה והמוסדות בעיר קרית יואל האט אויפגעטרעטן מיט גאר טרעפליכע דיבורים.
מיטן סיום איז מכובד געווארן הרה"ג ר' דוד כהן שליט"א מראה"כ עצי חיים, און מיט די התחלת המסכת איז מכובד געווארן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א ראש כולל ערב 'לב אהרן' ויו"ר הנהלת התאחדות אבריכם ירושלים.
דערנאך האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בשמחת התורה א לענגערע צייט.
דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשת חיזוק והדרכה פאר אנ"ש תושבי ארה"ק און דערביי ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון דער געהויבענעם שב"ק מיט אנ"ש אחים לדעה, דערנאך האט מען מיט פייערדיגע טענץ 'אשרי העם שככה לו' ארויסבאגלייט דעם רבי'ן אויפן וועג צום קבר רבי מאיר בעל הנס צו תפילת שחרית באשמורת הבוקר.
אי"ה זונטאג פארמיטאג וועט רבינו שליט"א בשעטומ"צ זיך ארויסלאזן פון ארה"ק צוריק קיין אמעריקא ווי דער רבי וועט בעז"ה אנקומען אין די נאכמיטאג שעות און זיך אומקערן למעון קדשו אין קרית יואל.
בזמן שהצדיק בעיר
~🌴~