יום השב"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
יום השב"ק
שב"ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50.
מיט ברכות איז מכובד געווארן הרה"ג רבי שלום קליין שליט"א מרבני קהלתינו ב"ב.
פסוקי דזמרא: הרה"ג ר' יצחק אייזיק פריעדמאן שליט"א ראה"כ ד'קהלתינו בית שמש.
צו תפילת שחרית האט דער רבי יורד געווען לפני התיבה כנהוג מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש.
מיט פתיחת הארון הקודש ואמירת שמע ישראל איז מכובד געווארן הרה"ג דומ"ץ ד'קהלתינו ב"ב שליט"א,
כהן האט עולה געווען הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א מרבני קהלתינו הק'-ב"ב.
לוי – הרה"ח הנכבד ר' אלי' זאב לעווי הי"ו מעיה"ב וויען.
שלישי – הגה"צ אב"ד ור"מ ד'קהלתינו וומסב"ג שליט"א.
רביעי – הגה"צ רב ביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א.
חמישי – הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א.
שישי האט דער רבי עולה געווען און דאן קורא שם געווען פאר עטליכע ניי געבוירענע מיידלעך ביי אנ"ש למז"ט.
שביעי – הנגיד מוה"ר אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק ד'קהלתינו לאנדאן.
הוספה – הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק.
אחרון – הגה"צ רב דקהל סיגוט שליט"א.
מפטיר -הרה"ח הנכבד ר' מאיר הירש הי"ו, מראה"ק והמוסדות אין קרית יואל.
מיט הגבה וגלילה זענען מכובד געווארן די צוויי מנהלים הר"ר אלעזר יונה שטיינמעץ שליט"א מנה"ר ת"ת ב"ב, הרה"ג ר' יושע קליין שליט"א מנה"ר ישיב"ק ירושלים.
תפילת מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הגה"צ רב ביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און מען האט געדוכנ'ט נאר ביי מוסף כמנהג צפת.
מיט פתיחה ביי אנעים זמירות איז מכובד געווארן הרה"ג ר' זלמן יודא כהנא שליט"א מרבני קהלתינו בית שמש.
רבינו שליט"א האט קידוש געמאכט בחדרו הפרטי.
ביים סעודת יום שב''ק האט הגה"צ אב"ד ור"מ ד'קהלתינו וומס"ב שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי תורה, אינצווישן איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו די סעודה און זיך געוואשן, דאן האט דער רב שליט"א ממשיך געווען.
בתו"ד האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט די קשר אמיץ וחזק וואס אנ"ש בארה"ק האבן מיטן רבין וכמים פנים אל פנים די אהבה וואס רבינו שליט"א האט צו אנ"ש בארה"ק טייטשנדיג דעם 'פרשה זו יפ"ה נדרשת' אז די מצוה צ"ה איז בנין המשכן וואס איז אלעס געווען 'על פי ה' ביד משה', אבער דאס איז געווען די שבח פון בצלאל כאטש ער איז געווען מלא חכמה ומדע וואס דער אייבערשטער האט אים באשאנקן, אעפ"כ האט ער געפרעגט יעדע זאך פון משה רבינו, און דאס איז געווען אויף וואס קרח האט חולק געווען.
נאך וואס דער רבי שליט"א האט געזונגען דער זמר חי ה' האט הרה"ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט"א געשטעלט עטליכע פראגן צום רבי'ן שליט"א אויף פארשידענע ענינים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט מיט א צוגעלאזנקייט און נאנטשאפט.
~🌴~