זונטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג יתרו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א.
ב"ר שלמה זלמן מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר מאיר יודא ארי' זינגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, און עטליכע בחורים האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל גאנדל הי"ו און הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברמ"א כ"ץ הי"ו און ר' אלעזר קליין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:20 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 9:15, און דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר אברהם יקותיאל יודא גראס שליט"א און הר"ר יודא גרינפעלד שליט"א,
און פון די מחותנים ר' אשר ווייס הי"ו און ר' ישראל פריעדמאן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום מעמד לחיים ופירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט במעמד אלפי אנשי שלומינו,
במשך די מעמד האט מען געזינגען ניגוני התעורורות ושמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור,
ביים ערשטן דב"ק האט דער רבי ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך לערנען פון א בוים אז פונקט ווי א בוים אינמיטן ווינטער זעט מען גארנישט פון אינדרויסן דאך איז חמשה עשר בשבט ראש השנה לאילנות ווייל פון אינעווייניג האט ער באקומען א שרף, די זעלבע ביי א מענטש אפילו פון אינדרויסן זעט ער אויס ווי א פשוטע מענטש דאך זאגט מען אז פון אינעווייניג האט ער זיך געטוישט און ער איז געווארן בעסער,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און מען האט אויפגעגעבן פירות דער רבי האט געמאכט א העץ אויף א טייטל און טועם געווען פון די אתרוג קאמפאט,
דערנאך האט מען געזינגען אילן נתחבר דורך הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק, און הילד ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו האט פארגעזינגען גראמען אויף אילן,
ביים צווייטן דב"ק האט דער רבי ארומגערעדט לענגערע דברי אגדה לכבוד היום און ארויסגעברענגט אז חמשה עשר בשבט איז מסוגל אויף תורה און צו מתפלל זיין אויף ערליכע קינדער און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות פון אלע שבעת המינים, דער רבי האט טועם געווען פון די מילגרוים, און מען האט פארטיילט פירות פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 11:15.
~🌴~