מאנטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג יתרו=
~חמשה עשר בשבט~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון יצחק גאלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אייזיק ליפא ווערצבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יעקב יחזקי' טויב הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 4:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 5:15 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה שיעור ד' ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני חמשה עשר און ניגוני התעורורות ושמחה,
פאר די קאמפאט האט דער רבי געמאכט א העץ און טועם געווען פון די טייטלען,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק לכבוד היום משולב מיט דברי חיזוק פאר די בחורים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און בשעת מעשה האט דער רבי געליינט פאר א לענגערע צייט א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה,
דערנאך האט דער רבי טועם געווען פון די אתרוג קאמפאט און דער רבי האט פארטיילט שיירי אתרוג פאר אלע בחורים,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א - מראשי הישיבה,
מען האט געענדיגט ארום 7:00 אזייגער.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יחיאל מיכל מייזעלס הי"ו און ר' מרדכי קאהן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אליקים געציל פאללמאן הי"ו און ר' יעקב יוסף קרויס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' חיים הערש קאהן הי"ו און ר' בנציון אלי' זאלדאן הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~