מוצ"ש בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצ"ש בשלח=
ארום 9:45 איז דער רבי ארויף אויף א ביקור חולים באזוך אין שטוב פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א נאכן דורכגיין א אפעראציע, עס האט זיך פארמירט א הערליכע ידידות'דיגע שמועס און דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט בשלומו, און דער דיין שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
ארום 10:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום דינער הראשונה פון מוסדותינו הק' אינעם פרישע שטעטל לינדען ניו דשערזי,
ארום 11:10 איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם זאל 'אולם בראך' בשכינות פון לינדען ניו דזשערזי, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די ארטיגע רבנים און די פול שטאקיגע אויבנאן,
מען האט געזינגען זמירות מלוה מלכה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א - רב דקהלתינו הק' לינדען,
דערנאך האט אויפגעטרעטן די יושב ראש הרב יצחק מאיר וואגשאהל שליט"א וועלכע האט פארגעשטעלט די נזר בוני המוסדות, דער רבי האט איבערגעגעבן די פרסים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר יעדעם באזונדער.
ביים מעמד איז אנוועזענד געווען כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק ודברי הדרכה לאנשי שלומינו תושבי לינדען,
דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט פאר א לענגערע צייט בדברי דרוש, און דערנאך ארויסגעברענגט לשבח פון אנשי שלומינו תושבי לינדען און פון הגה"צ רב דקהלתינו לינדען שליט"א וועלכע פירט די קהילה ווי עס פאסט פאר א סאטמארע קהילה ע"ד רבותיה"ק זי"ע,
און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק' אין לינדען און פון קהלתינו הק', און ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע נדבנים, און צוגעענדיגט בדברי חיזוק בג' עמודי עולם תורה, עבודה, גמילות חסדים,
אזוי אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח פון קאסאנער רבי שליט"א וועלכע איז געווען פון די נחשונים פון די שטאט און שטייט בראש פון אלע רוחניות'דיגע חלקים פין די שטאט, און דערנאך האט דער רבי מסיים געווען בברכת לרוב פאר די נדבנים, עסקנים, און פארן גאנצן ציבור.
ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל,
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו אין שטאט ווי דער רבי האט א לענגערע צייט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ"ד און די צייטווייליגע מקוה ווי דער רבי האט געהערט א דעטאלירטע באריכט פון די גבאים איבער די לחץ זו הדחק פין די שווערע צושטופעניש פון די פולע מתפללים כ"י,
דערנאך האט דער רבי אריבערגעפארן און זיך אפגעשטעלט ביים שטח החדש ווי ס'וועט אי"ה ווערן אויפגעבויעט די נייע הערליכע בית מדרשינו החדש מיט אלע צוגעהערן פאר קהילותינו הק'.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום שטוב פין כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה ודרוש און איבער הרה"ק בעל עטרת צבי מ'זידוטשוב זי"ע און הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע,
דערנאך האט קאסאנער רבי שליט"א מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן,
ארום 1:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~