שבת קודש פרשת בשלח - שירה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בשלח - שירה=
ארום 5:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר'
מאיר שלמה פילאפף הי''ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד בנות ירושלים.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי''ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר מעכיל ניימאן שליט"א - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ולא נחם אלקים דרך ארץ פלושתים' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דברה תורה כלשון בני אדם.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי''ו.
ברכת המזון: הגה"צ רב דקהילתינו מאנטריאל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט א סיפור פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע וואס איז געפארן צו הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע אויף שבת שירה.
קה רבון עלם: הרב שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב חיים צבי טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט בבקעך ים סוף לכבוד שבת שירה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:45.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ברכות ופסוקי דזמרה לכבוד שבת שירה און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות.
צו חזרת הש''ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרה"ג אב"ד ראצפערט שליטא.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב גאנץ הי''ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' לוי יצחק ליכטענשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
כהן: החתן משולם פייבוש ב"ר יעקב פריעדמאן הי"ו -באווארפען.
לוי: החתן יצחק זאב ב"ר שלמה אפפעל הי"ו - באווארפען.
שלישי: הרה"ג ר' ברוך הורוויץ שליט"א - דומ"ץ מעליץ וומ"ס.
רביעי: החתן משה מנחם בן הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - באווארפען.
חמישי: החתן הערשל ב"ר אהרן זאב שפיטצער הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב משה פאלאטשעק הי"ו.
ר' שמואל הערש שטערן הי"ו.
ר' אברהם הערש הערשקאוויטש הי"ו.
ר' וואלף גלאנץ הי"ו.
ר' שלמה זלמן שווארץ הי"ו.
ר' וואלף ב"ר אהרן יצחק לאנדא הי"ו.
שביעי: החתן משה ב"ר שלמה בוים הי"ו - באווארפען.
הוספה: החתן ישראל זאב ב"ר יואל גאנדל הי"ו - באווארפען.
אחרון: החתן מענדל ב"ר בנציון קליין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ב"ר אנטשיל גאנדל הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרב שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה גדלי' פאלאטשעק הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה:
הרה"ח ר' יעקב טעללער הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו מאנטריאל.
שלישי: הרה"ח ר' פנחס יודא ליכטנשטיין הי"ו. דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וירא ישראל את היד הגדולה' אז די מצרים האבן מיט יעדע מכה בגלוי באקומען פינף מכות בסתר, אקעגן דעים וואס זיי האבן מכשיל געווען די אידן במעשים רעים איז געווען די עצם מכה, און די איבריגע איז געווען אקעגן וואס זיי האבן מכשיל געווען במחשבה, און פון דעים דארף מען ארויסנעמען א מוסר די הארבקייט פון א מחשבה וואס דאס איז מעכב די גאולה, און מ'זאל טוהן א שלימות'דיגע תשובה בדיבור במחשבה ובמעשה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלום נח קליין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר'
שלום מאיר קעסטענבוים הי"ו - ב"פ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס:
החתן מענדל ב"ר בנציון קליין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:20.
~🌴~