דערהויבענער שבת קודש פרשת קרח ''בצל הקודש'' און עיה''ק צפת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דערהויבענער שבת קודש פרשת קרח ''בצל הקודש'' און עיה''ק צפת
ערש''ק:
רבינו שליט''א איז אנגעקומען קיין צפת שוין נאך די מקוה ארום א האלבע שעה פארן זמן.
די תפילות שב"ק זענען פארגעקומען אינעם בנין פון תומר דבורה הארט נעבן דעם צפת'ער ביה"ח.
בערך א 3/4 שעה נאכן זמן איז דער רבי אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד.
דער איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הודו כנהוג.
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף
מו''ץ דקהילתינו ב''ב.
דאס זינגען "לכה דודי" איז געווען מיט גרויס התרגשות שטייענדיג העכערן ציון הק' פונעם בעל לכה דודי, דער רבי האט געטאנצן מיט גרוית התרגשות אויסגעדרייט בלויז צו די רעכטע זייט כמנהג צפת.
דערנאך האט מען געטאנצן פייערדיגע ריקודי קודש אויף "בר יוחאי" כמנהג מירון לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער עולם אריבער זאגן "גוט שבת" וועלכע האט זיך פארצויגן א לענגערע וויילע.
ארום 11:30 איז דער רבי ארויסגעקומען צום עריכת שלחן הטהור און אנגעהויבן שלום עליכם באש להבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד ור"מ ד'קהלתינו וומסב"ג שליט"א.
נאך די פריסת המוציא האט דער רבי דערציילט א צאנזער מעשה.
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז קומען קיין צפת ווען מען קען נישט זיין אין מירון איז גארנישט גורע נאר מוסיף, און תיכף ארויס אין א פייערליכע טאנץ לכבוד התנא האלוקי רשב"י.
דערנאך האט דער רבי מאריך געווען בדברות קודש ברך דרוש וחסידות.
במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א עטליכע מאל מאריך געווען בדברות קודש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' אליעזר ערענסטער שליט"א רב דק' מאור חיים צפת שליט"א.
מנוחה ושמחה: הגה"צ רב ד'צאנז שטובל בצפת שליט"א.
קה אכסוף: הגה"צ אדמו"ר מ'סערעדנא-ב"ב שליט"א.
ברכהמ"ז: בנו הגה"צ אב"ד ור"מ ד'קהלתינו וומסב"ג שליט"א.
דערנאך האט דער רבי שליט"א דערציילט א לענגערע סיפור איבער דודו מרן רביה"ק ז"ל ווען ער האט געוויילט בעיר צפת.
מיט אז ביום השביעי האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג רבי אלי' וואלף יאקאב שליט"א רב ראשון לציון.
עס איז שוין געווען בערך 3:15 פארטאגס ווען מען האט געענדיגט דעם דערהויבענעם שלחן הטהור.
~🌴~