דאנערשטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בשלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים שלמה ראזענפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ח גוטמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלעזר זאלצער הי"ו.
ב"ר פישל סופר הי"ו.
ב"ר וואלף פערל הי"ו. בהר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א.
ב"ר יעקב בר"ח פארקאש הי"ו.
ב"ר יואל גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר ארי' בר"מ פערל הי"ו.
ב"ר יואל קאפפעל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א, און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' בנציון קליין הי"ו און ר' אברהם שמואל פארקאש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~