מיטוואך בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בשלח=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: ר' שמעון ב"ר אהרן וויינבערגער הי"ו - ק"י.
ארום 1:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה ר' שלמה יודא וויינבערגער הי"ו - קרית טאהש.
נאך מנחה האבן זיך אנשי שלומינו געזעגנט פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ארטיגע רב הביהמ"ד הר"ר שלמה אהרן דענעביים שליט"א וואס האט אוועקגעגעבן די ביהמ''ד ומקוה פארן רבי'ן ולטובת אנשי שלומינו הבאים להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען צו די הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט, און ארום 2:45 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג קיין ניו יארק.
"ברוך הבא בשם השם"
ארום 9:45 האט די פליגער געלאנדעט אינעם טעטער - בארא עירפארט, ווי דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מעריב אין עירפארט.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין וומ"ס ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:00 אזייגער בבית הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען מחותנו הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א ע"פ אשתו הרבנית ע"ה און אירע ברודערס הרבנים הגאונים שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מגי"ש בקהלתינו הק' וומ"ס לרגל נישואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס.
דערנאך איז דער רבי צוריק לבית האבלים ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א און די קינדער אויף א פריוואטע פארנעם.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין קרית יואל, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:30.
"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה"
~🌴~