פרייטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג בשלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הר"ר יואל מייזליש שליט"א, בן הגה"צ רב דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
ב"ר יואל בר"ב בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
ב"ר אברהם יודא ארי' לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם לרגל די שמחת הנחת תפילין פאר נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
ביים לחיים איז אנוועזנד געווען הגה"צ מאנטריאל'ע רב שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו הגה"צ מאנטריאל'ע רב שליט"א און פאר די בר מצוה בחורים.
א גוט שבת.
~🌴~