זונטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויגש=
~יום ז' דחנוכה - בדר"ח טבת~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו,
ב"ר יעקב נפתלי קאסירער הי"ו,
ב"ר קלונימוס זאב שטיינמעץ הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל זאת חנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:10.
פאר מעריב האט הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש נ"י אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום אכטן לעכטל חנוכה במעמד אלפי אנשי שלומינו.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים, און הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען בפרקי חזנות אויפן פיוט פון יונים, דערנאך האט הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג,
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעורורות פאר א לענגערע צייט.
ארום 10:15 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז ווען מען דרייט ארויף די ז' כריכות פון די תפילין של יד איז מען מכניע די זיבן שמות פונעם יצר הרע אזוי אז ווען מען טוט אן די תפילין של ראש איז מען שוין מקודש ומחובר צו הקב"ה, און די זעלבע האבן די חשמונאים געטוהן די ערשטע זיבן טעג חנוכה האבן די חשמונאים מכניע געווען די יצר הרע און זאת חנוכה ווערט מען מחובר צו הקב"ה.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה,
דערנאך האט דער רבי נאכאמאל משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג אז זאת חנוכה איז מסוגל אויף פרנסה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי אריין אין חדר יוסף אליהו ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע און א סעט לב אהרן פאר די מזמרים.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
דערנאך איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מעמד 'חלוקת מעות חנוכה' פון קרן המביא דורן שע''י מבצר הכוללים קרית יואל פאר עטליכע חבורות פון לומדי מבצר הכוללים, נתנדב דורך הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער רבי פארטיילט די מעות חנוכה פאר די רבני ולומדי הכולל, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור.
~🌴~