שבת קודש פרשת מקץ - שבת חנוכה - אדר"ח טבת - בקרב קהלתינו הק' וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת מקץ - שבת חנוכה - אדר"ח טבת - בקרב קהלתינו הק' וומ"ס=
ערב שב"ק ביים ערשטן פייף האט דער רבי געצינדן די מנורה בביתו נאוה קודש און געזאגט די פיוט פון הנרות כנהוג.
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל פאר בית הוראה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער שלום נעמען און זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור בהיכל הביהמ"ד.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל בהגה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד אהל פיגא.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א - רב ביהמ"ד אהל תורה.
מנוחה ושמחה: הרב מרדכי דוב מייזליש שליט"א - נכד הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן וטבח טבח והכן, און געטייטשט בדרך דרוש ופלפול משולב בעניני חנוכה אינעם סוגיא פון
קה אכסוף: הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן שינאווא רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג ו' טבת.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו סאוט אכט.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי,
הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א - מו"ץ,
ר' קלמן אליעזר ברמ"ד כאירה הי"ו,
ר' יואל ברא"י פרנס הי"ו,
ר' ליפא ברז"ל מארקאוויטש הי"ו,
ר' אליעזר ברש"י בערקאוויטש הי"ו,
ר' יצחק ברא"א קארפען הי"ו.
אז ביום השביעי: הרב שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:55.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
דער רבי האט צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ נכדו הרה"צ רבי חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתעורורות גדול.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' נחום אלישע הורוויץ שליט"א,
הרה"ג ר' אהרן זילבערשטיין שליט"א,
הרה"ג ר' מרדכי יצחק לאזאר שליט"א.
בעל קורא: ר' יודא ארי' קויפמאן הי"ו.
ביים ליינען זענען געשנדר'ט געווארן גרויסע סכומים לטובת קרן הבנין פון ביהמ"ד הגדול בנין חי"ל הילמאן וועלכע ווערט יעצט פראכטפול פארענדיגט לשם ולתפארת.
כהן: הרה"ח ר' יעקב הכהן גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל ברא"א טירנויער הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
רביעי: החתן ב"ר אלימלך דאסקאל הי"ו - באווארפען.
חמישי: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
הרה"ג ר' נחום אלישע הורוויץ שליט"א.
ר' אברהם שמואל שעהר הי"ו.
ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה וויינשטאק הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם שמואל פריינד הי"ו.
אחרון - ר"ח: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ישעי' שלום זילבערשטיין הי"ו.
מפטיר - חנוכה: הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יודא לייב פריעדמאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אלימלך דאסקאל הי"ו.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לכבוד שבת ראש חודש.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה גראסבארד הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק.
כהן: הרה"ח ר' יעקב יושע סאנדער הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
שלישי: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברד"מ פרענקל הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וטבח טבח והכן, א רמז אויף די סעודות חנוכה, ביים נס חנוכה האט דער אויבערשטער געוויזן פאר די אידן אלע זיבן הימלען און די ערד, און אידן האבן געזען אז עס איז נאר דא איין באשעפער אויף די גאנצע וועלט אזוי ווי ביי מתן תורה, און דערפאר איז דא אכט טעג חנוכה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
פאר מעריב האט דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:30.
ארום 10:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס צום זיבעטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער וואס האבן געזינגן אין די קאפעליע.
צווישן אנדערע זענען אוועזענד געווען האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א און הגה"צ גאב"ד וואלקאן שליט"א.
ארום 11:05 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז די נס חנוכה איז געקומען בזכות פון מצוות ציצית און פארדעם איז דא אכט טעג חנוכה אנטקעגן די אכט פעדעמער פון די ציצית, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
~🌴~