מאנטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויגש=
~זאת חנוכה~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר מעכיל בערקאוויטש שליט"א,
ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו,
ב"ר יואל לעווינגער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין היכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א - זיידעס פון א בר מצוה בחור, און מיט די ראשי הישיבה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די ראשי הישיבה און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי חיזוק פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי ארויס אין חצר הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה ווי עס איז פארגעקומען די 'מעמד שריפת הפתילות', דער רבי האט אריינגעלייגט די קנויטן און אנגעצינדן די מדורה און דערנאך געטאנצן ריקודי קודש אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 5:05 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם בנין הת"ת אויפן ראצפערט גאס צום שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די ניין סניפי ישיבות קטנות.
דער רבי האט זיך געוואשן און מען האט אויפגעגעבן א סעודה לכבוד היום.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני חנוכה וניגוני ימים נוראים,
מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט בדברי דרוש ופלפול בעניני חנוכה, און דערנאך בדברי אגדה ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז חנוכה ווערט אנגעריפן חנוכה ווייל עס איז די אותיות חנו-כ"ה וואס דאס קומט זאגן אז מען האט מנצח געווען ביי די מלחמה בזכות פון די כ"ה אותיות פונעם פסוק 'שמע ישראל',
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די בחור'ישע יארן און וויאזוי מען דארף עס אויסניצן, און דער רבי האט מעורר געווען צווישן אנדערע איבער אויפשטיין פארטאגס, נישט רעדן מיט די תפילין, נזהר זיין פון די כלים הטמאים, און נישט הערן און זינגען קיין ניגונים שאין רוח חכמים נוחה הימנו, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע בחורים.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א - מנה"ר ישיבה סניף רב טוב.
מען האט געענדיגט ארום 7:00 אזייגער.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים הערש קאהן הי"ו און הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו און ר' שלמה שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' מעכיל גרינפעלד הי"ו און ר' מאיר זאלדאן הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~