זונטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וישב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים פארגעס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בר''צ קאהן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו און ר' יואל בר"מ פרענקל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו און ר' יצחק ברוך מאנדל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:30 בביהמ"ד הגדול.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א, ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די נדיבים בעם וועלכע האבן מנדב געווען גרעסערע סכומים פארן נייעם מקוה טהרה וואס ווערט יעצט געבויעט,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן,
ביים שבע ברכות האט אויפגעטרעטן הרה''ג רבי יצחק ביסטריצקי שליט''א - נשיא ומייסד מקוה יו עס עי,
דערנאך האט הרה"ח ר' אייזיק האניג הי"ו פארגעזינגען גראמען לכבוד המעמד,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארום גערעדט איבער די פעולות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע להרבות טהרה בישראל, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון געבן געלט לטובת די מקוה טהרה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג רבי יצחק ביסטריצקי שליט''א,
ברכות ראשונות: דער אבי הכלה הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
ברכה אחריתא: דער אבי החתן הגה"צ רבי יואל ט"ב שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:00 אזייגער האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות פאר נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, בבית הרה"ח ר' יואל זאבעל הי"ו בגלילות ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן, און פאר האדמו"ר מספינקא שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי איז מכובד געווארן מיט די שבע ברכות און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט האדמו"ר מספינקא שליט"א און די חתן ומחותנים.
א גוטע נאכט.
~🌴~