מאנטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וישב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו - וומ"ס ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אפרים פישל דוד כ"ץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו און ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל ברי"א זילבערשטיין הי"ו און ר' יואל ברד"ש בערגער הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יואל ברא"ה שעהר הי"ו און ר' חנא דים הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~