שבת קודש פרשת וישלח, - שבת שבע ברכות של נכדת רבינו הכלה בת הגה"צ רבי יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך, חתן…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וישלח, - שבת שבע ברכות של נכדת רבינו הכלה בת הגה"צ רבי יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך, חתן הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, עב"ג החתן הרב ברוך שליט"א בן הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד קהלתינו 15עוו. שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שלמה מנשה ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו.
ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אין באגלייטונג פונעם חתן ומחותנים, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל הבית רחל לקראת הדינער השנתי 'לנצח' פאר מוסדותינו הק' אין קרית יואל, וואס קומט פאר מוצ"ש אין די בית רחל אודיטאריום.
קבלת שבת: הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יחזקאל שרגא בן הגה"צ רבי יואל שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען בני הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א.
כל מקדש: הר"ר מאיר יוסף אייכענשטיין שליט"א.
מנוחה ושמחה: הר"ר דוד אייכענשטיין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחי יש לי רב' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול אינעם ענין פון עשה קודם הדיבור.
קה אכסוף: הר"ר זלמן לייב רובין שליט"א - מאנסי.
ברכת המזון: די זיידע הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. שליט"א.
מיט די שבע ברכות האט דער רבי מכבד געווען,
ברכות ראשונות: די זיידע האדמו"ר מגארליץ שליט"א.
ברכה אחריתא: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
קה ריבון עלם: הרב אייזיק ווייס שליט"א.
דערנאך האט הר"ר שמואל קרויס שליט"א אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט פאסיגע חרוזים, און דערנאך האט רבינו שליט"א מרקד געווען לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן.
דערנאך האבן געטאנצען לפני הכלה די זיידעס הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. שליט"א, האדמו"ר מגארליץ שליט"א, און הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, און די מחותנים אבי החתן שליט"א ואבי הכלה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען מיט אז ביום השביעי, הר"ר מאיר יוסף ראטטענבערג שליט"א, און דער רבי איז געטאנצן אינעם רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן ומחותנים ובני המשפחה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:50.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר אלעזר אייכענשטיין שליט"א - ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם שווארץ הי"ו - לאנדאן.
כהן: החתן אשר ירמי' ב"ר ישראל בנימין ליכטענשטיין הי"ו.
לוי: האדמו"ר מגארליץ שליט"א.
שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו 15'ע עוו. שליט"א.
רביעי: הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א.
חמישי: החתן נכד רבינו הרב ברוך שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל אביגדור כהנא הי"ו.
ר' שמואל מאיר שרייבער הי"ו.
ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו.
ר' גרשון גפן הי"ו.
ר' הלל דוב שפיטצער הי"ו.
ר' אשר אנטשיל עקשטיין הי"ו.
שביעי: הרה"ג ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א, בן מרן פוסק הדור ראב"ד ירושלים שליט"א.
הוספות: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' וומ"ס שליט"א.
החתן שלמה מנשה ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו - באווארפען.
הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
החתן ב"ר יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו.
החתן יואל ב"ר אברהם הערש שעהר הי"ו.
אחרון: החתן ליפא ב"ר ישראל שלום פאללאק הי"ו.
מפטיר: הרה"צ ר' יואל שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו 15'ע עוו. שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שמעי' לעבאוויטש הי"ו - מאנטריאל.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען האדמו"ר מגארליץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:35
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל ווייס הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יואל ב"ר קאפיל שעהנברוין הי"ו.
לוי: הר"ר אלישע יונגרייז שליט"א.
שלישי: הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א - חדב"ן - ורב ביהמ"ד ישמח משה.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם שלום סטרולאוויטש הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק עם לבן גרתי און ארויסגעברענגט אז מיט יעדע מצוה וואס א איד טוט איז ער מקדש אן אבר, מיט מצוות תפילין איז מען מקדש די הארץ און מח וואס דאס זענען איברים שהנשמה תלוי' בהם, און דעריבער ווערט די גאנצע גוף מקודש און מען איז זוכה לתשובה.
ידיד נפש: הרב מענדל אייכענשטיין שליט"א.
קל מסתתר: הרב מאיר אייכענשטיין שליט"א.
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:20.
~
מוצ"ש איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
ארום 10:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום דינער השנתי ''לנצח'' פון מוסדותינו הק' אין קרית יואל וואס איז פארגעקומען אין די בית רחל אודיטאריום, אינאיינעם מיט א שמחת שבע ברכות פאר נכד רבינו שליט"א.
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - מנהל המוסדות,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי אגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די שטארקע פעולות פון רביה"ק זי"ע אויף חינוך הבנות די בכל אתר ואתר, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק' אין ק"י און איבער די צוויי נייע בנינים וואס מען הייבט בקרוב אן צו בויען פארן בית רחל און פאר די ת"ת, און דער רבי האט מודיע געווען אז ער קויפט די ערשטע כתה אינעם בנין, און געבעטן אנשי שלומינו זיך צו מצרף זיין אלץ שותפים און אויך קויפן כתות אין די נייע בנינים,
בסיום דבריו האט דער רבי ווידער אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער די שוידערליכע הפקרות בענין כשרות המזוזות, און דערביי געצייגט פארן ציבור עטליכע פסול'ע מזוזות, וועלכע זענען געדרוקט געווארן, אדער געמאכט געווארן מיט א סטענסיל, וואס אפילו א סופר מומחה קען כמעט נישט דערקענען, און אויפגעפאדערט אנ''ש נישט צו קויפן קיין מזוזות ביי די געשעפטן און סוחרים, נאר פאראויס לאזן שרייבן מזוזות ביי היימישע סופרים יר"ש.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.
עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לרגל די שמחת השבע ברכות ר' נחמן ליווי הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די מחותן די אבי החתן הרה"צ ר' יואל שליט"א, און מיט די שבע ברכות אחיו הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 1:00 אזייגער, און איז אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע וואך.
~🌴~